חסידי מונקאטש אין לאנדאן מיטגעלעבט געהויבענעם באזוך פון רבם ומאורם האד' ממונקאטש
- sfbechatzros
- 27 באוק׳
- זמן קריאה 3 דקות
מאנטאג פ' לך לך • ה' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בהדרת כבוד האבן תלמידי וחסידי מונקאטש בעיר הבירה לאנדאן מקבל געוועהן את פני הקודש פון כ''ק האדמו"ר ממונקאטש שליט''א וועלכע אנגעקומען אויף א קורצע באזוך אין שטאט צו באשיינען די חתונה היינט בבית הרה"ג רבי שמשון גליק זצ"ל דומ"ץ מוקנאטש לאנדאן.
אין די פריע פארטאגס שעהן מיטוואך פ' נח האט דער פליגער געלאנדעט אין די לאנדאן היטרו לופטפעלד און א קורצע צייט דערויף איז דער רבי שליט"א ארויסגעקומען פטנעם טערמינאל אין באגלייטונג פון די משמשים בקודש, ווערנדיג ענטפאנגען דורך די ראשי הקהילה און א שיינעם ציבור חסידים מתושבי העיר אין שפיץ פונעם דיין הרה''ג ר' אלימלך גליק דומ''ץ מונקאטש לאנדאן. פון לופטפעלד איז דער רבי שליט"א צוגעפארן צו א האטעל אין געגענט וואס איז געווען צוגעגרייט צו קענען דארט דאווענען תפילת שחרית לכבוד ראש חודש. דער רבי שליט"א האט יורד געווען לפני התיבה צו הלל, בהתעוררות רב כדרכו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים און מעמד קבלת פנים ביי וועלכן דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש און פארטיילט מזונות און לחיים פאר די חסידים. נאכ'ן מעמד איז דער גאנצער ציבור פאריבער שלום נעמען פון רבי'ן שליט"א וואס האט זיך פארצויגן א לענגערע וויילע.
פון דארט איז דער רבי אריינגעפארן אין אין שטאט צום אכסניא אין שטוב פון הנגיד החסיד ר' חיים משה ליפשיץ הי"ו ראש הקהל מונקאטש לאנדאן.
נאכמיטאג האט דער רבי אויפגענומען מיט קוויטלעך עטליכע יחידי סגולה נדיבים בעם וואס האבן זיך אנגערופן מיט ריזיגע סכומים לטובת די קרן הבנין פון די נייע מונקאטשער ביהמ"ד אין לאנדאן. בין הנכנסים איז אריינגעקומען אויף א באזוך דעם רבינס מחותן הגה''ח הישיש ר' לייבל סטעמפעל שליט''א נכד הקדושת ציון מבאבוב, וואו עס איז פארפירט געווארן א שיינעם שמועס.
אזוי אויך איז אריינגעקומען דער חתן זוהן פון הרה"ג רבי שמשון גליק זצ"ל דומ"ץ מוקנאטש לאנדאן אינאיינעם מיטן זיין זיידן הגאון הגדול רבי חיים יוסף דוד ווייס דומ"ץ סאטמאר אנטווערפען וואו דער רב האט געבענטשט דעם חתן און ווארעם באגריסט די זיידע די סאטמארער דיין.
באנאכט האט דער רבי מפאר געווען בראש השמחה ביי די חתונה ווי באזונדער באריכטעט. נאכן חופה איז אריבעגעקומען אויף א באזוך אין די אכסניא פון רבי'ן שאר בשרו כ"ק אדמו"ר מביאלא לאנדאן שליט"א, א לענגערע צייט האט מען ארומגעשמועסט שיינע סיפורים פון די פריערדיגע צדיקים לבית ביאלא פון וועם ביידע רבי'ס ציען זייער שיינעם יחוס, און דער מונקאטשער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים. פון דארט איז די רבי אריבער אויף א באזוך אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' אליש ענגלענדער הי"ו וואו עס איז ארומגעשמועסט געווארן שיינע ענינים און זכורונת פון אמאל.
דאנערשטאג אינדערפרי איז די רבי שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית בבית מדרשו קהל מנחת אלעזר מונקאטש אין לאנדאן וואו א גרויסן ציבור חסידים און תושבי העיר האבן מיטגעדאווענט מיטן רבי'ן. די רבי שליט"א האט יורד געווען לפני התיבה צו הלל מיט גרויס השתפכות הנפש כדרכו און דערויף עולה געווען לתורה.
נאכן דאווענען האט דער רבי שליט"א אפגעראכטן א מעמד לחיים ומסיבת ראש חודש, מען האט געזינגען ווארימע ניגונים, און די רבי האט מכבד געווען דער דיין הרה''ג רבי אלימלך גליק דומ''ץ מונקאטש לאנדאן אויפצוטערטן. בתוך דבריו האט דער דיין באדאנקט דעם רבי'ן בשם כל קהלא קדישא פארן זיך מטריח זיין בפרט נאך אזא אנגעשטרענגטן ירח האיתנים, מחזק צו זיין דעם היימישן עולם דאהי אין לאנדאן. דער רבי האט דאן משמיע געווען דברות קודש און דערמאנט דעם אומפארגעסליכן דיין הרה"ג ר' שמשון גליק ז"ל וואס האט אוועקגעשטעלט דעם הערליכן מונקאטשער ווינקל אין לאנדאן, ויהא זכרו ברוך. נאכן מסיבת לחיים זענען די חסידים אדורך דעם רבי'ן זיך געזעגענען.
שפעטער אין טאג איז פארגעקומען א רייכע מסיבת פת שחרית בבית האכסניא אין שטוב פון ר' חיים משה ליפשיץ ראש הקהל מונקאטש לאנדאן, געאייגענט פאר די נדיבים בעם וואס האבן זיך אנגעשלאסן מיט סכומים אדירים לטובת דער קרן הבנין פונעם נייעם מונקאטשער ביהמ"ד אין לאנדאן, במשך די מסיבה האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש און פארטיילט אלע מנחת זכרון פאר אלע משתתפים.
פון דארט איז דער רבי ארויסגעפארן צום לופטפעלד אויפן וועג צוריק אהיים קיין ניו יארק, נאך דעם קורצן אבער דערהויבענעם באזוך וואס האט איבערגעלאזט הויפנס חיזוק פאר חסידי מונקאטש אין לאנדאן.


















תגובות