רייכע אוונט 'לב המלכות' אפגעראכטן געווארן פאר נגידי וויזניץ לטובת 'קופת המלכות' - פריוואטע צדקה קאסע פון האד' מוויזניץ
- sfbechatzros
- לפני 26 דקות
- זמן קריאה 1 דקות
מאנטאג פ' לך לך • ה' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטר
א רייכע מעמד 'לב המלכות' איז אפגעראכטן געווארן די פארלאפענע וואך לטובת 'קופת המלכות', די פריוואטע צדקה קאסע פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א.
די מעמד איז פארגעקומען אויף א עלעגאנטע פארנעם אין די 'ציפורי הכפר' האטעל, מיט די באטייליגונג פון א גרעסערע צאל נגידי ותומכי חצר הקודש וויזניץ.
די מעמד האט זיך אנגעהויבן מיט א זיץ 'ליל ששי' כתקנת הקודש, און מ'האט געהערט ווערטער פון הרה"ג שאול יחזקאל גרינפעלד שליט"א ראש כולל 'ישועות משה' ויז'ניץ אין בני ברק.
געעפענט די מעמד האט הרה"ג מרדכי שלמה שטערן שליט"א משגיח בישיבה קטנה וויזניץ וועלכע האט מקבל פנים געווען די חשובע משתתפים מיט פאסיגע דברי הערכה, און ער האט מכבד געווען הרב ראובן פילו מנהל ת"ת אין שטאט אופקים וועלכע האט דערציילט זיין התרגשות'דיגע נס הצלה פארלאפענעם מוצאי שמחת תורה תשפ"ד ווען ער איז געראטעוועט געווארן ממות לחיים.
צום קלימאקס האט מען געהערט די ווערטער פון הרה"צ ר' חיים מאיר שליט"א בנו יחידו פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וועלכע האט ארומגערעדט איבער די נחיצות פון דעם צדקה קאסע און איר חשיבות בעיני אביו דער רבי שליט"א, און איבער די פעולות צדקה וחסד וואס ווערן געטון טאג טעגליך אדאנק די צדקה קאסע.
צום שלוס האט דער מנהל הקופה הרב יודל כהן אויפגעטראטן מיט קורצע דיבורים און איבערגעגעבן ערשטהאנטיגע באריכטן איבער וואס עס טוט זיך פון אונטער די קאליסן פון דעם קאסע.
די משתתפים זענען זיך צוגעגאנגען פון דעם הערליכן אווענט, און זיך אונטערגענומען גרעסערע סכומים לבסיס ולחיזוק הקופה.


































































