top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הילולא קדישא פון הגה"ק מהרי"ץ דושינסקיא זי"ע אפגעראכטן ערב יום טוב סוכות בצל נכדו האד' מדושינסקיא

  • sfbechatzros
  • 27 באוק׳
  • זמן קריאה 1 דקות

מאנטאג פ' לך לך • ה' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער

דעם ערב חג הסוכות, איז אפגעצייכענט געווארן די יומא דהילולא קדישא פונעם מרא דארעא דישראל מרן הגה"ק מהרי"ץ דושינסקיא זי"ע. 


בליל ההילולא קדישא ערב סוכות ליל י"ד תשרי האט נכדו כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א פארגעלערנט משניות אין די ישיבה גדולה, און דערנאך געפראוועט דעם שולחן הטהור אין בית המדרש הגדול היכל מהרי"צ דושינסקיא, וואו דער רבי שליט"א האט אויפגעטראטן מיט לענגערע דברי תורה במשנתו הטהורה. דאן האבן אויפגעטראטן עטליכע זקני התלמידים שליט"א וועלכע האבן ארומגערעדט א לענגערע צייט במשנתו של בעל ההילולא, און האבן ארויסגעברענגט פילע שטריכן פון די הייליגע הנהגה און מסורת הדורות וואס דער אלטער רבי זי"ע האט איבערגעגעבן פאר די תלמידים, אינצווישן זיי האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' שלמה אפרים פישער הי"ו מיט עובדות און סיפורים וואס ער האט מקבל געווען מכלי ראשון פון זיין פאטער הרה"ח ר' מנחם הכהן פישער הי"ו מנאמני ביתו פונעם בעל ההילולא.


צומארגנס ערב חג הסוכות האט דער רבי שליט"א געדאוונט תפילת שחרית כוותיקין, און נאכ'ן לימוד המשניות אפגעראכטן א שולחן לחיים לכבוד היום. דערנאך איז מען אינאיינעם ארויף פוקד זיין ציון קדשו אויפן בית עלמין נעבן די שערי צדק שפיטאל אין ירושלים, און מתפלל געווען פאר'ן כלל און פאר'ן פרט.


נאכן עלייה לציון איז דער רבי צוגעגאנגען צו עטליכע ציונים צווישן זיי הגה''ח ר' שמחה יהודה טעמפלער ע"ה לאנגיעריגער משגיח רוחני אין די דושינסקיא ישיבה לכבוד די יארצייט וואס געפאלט אויס די טעג, און פון הבחור החשוב יוסף עמרם טויבער ז"ל אייניקל פון אביו כ"ק אדמו"ר מהרי"ם דושינסקיא זצ"ל וואס איז ליידער טראגיש אומגעקומען אינעם מירון אומגליק בשנת תשפ"א.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

תגובות


bottom of page