top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חגיגה נהדרה "הכנסת ספר תורה" געפייערט אין צוזאמענהאנג מיט חנוכת הבית פארן ביהמ"ד הגדול סאדיגורא לאנדאן

  • sfbechatzros
  • 27 באוק׳
  • זמן קריאה 4 דקות

מאנטאג פ' לך לך • ה' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

די הערצער פון חסידי סאדיגורא לאנדאן קוועלן פאר שמחה דקדושה נאכן מיטלעבן די יעצטיגע ימי שמחה והוד פייערנדיג דעם חגיגת חנוכת הבית פונעם נייעם בית גדול וקדוש, דער ביהמ"ד החדש וואס איז געבויט געווארן די לעצטע פינף יאר.


דער מאסיווער פראיעקט האט זיך אנגעהויבן נאך בחיים חיותו פון כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא זצ"ל דער עטרת ישראל, וועלכער האט זעלבסט מפאר כבוד געווען אלס רב הקהלה פון סאדיגורא אין לאנדאן, און די יארן איידער'ן ארויפגיין על כס האדמורו"ת, און שפעטער ווען די קהלה איז ווייטער אנגעפירט געווארן דורך בנו חביבו, כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא לאנדאן שליט"א, איז בברכת קדשו והדרכתו פונעם רבי'ן זצ"ל אונטערגענומען די הרחבת גבולי הקודש פון אויפבויען דעם נייעם בית ה' לשם ולתפארת, און דער רבי זצ"ל איז נאך פערזענליך געקומען באשיינען דעם מעמד אבן הפנה, בשנת תש"פ, ווען שוין זייענדיג ליידער שרוי במחלתו, האט זיך דער רבי מטריח געווען בשארית כוחותיו און געקומען צו פארן קיין לאנדאן לפאר על הראש השמחה, און שפעטער ווייטער ביז'ן הסתלקות באגלייט דעם פראיעקט.


אין די פארלאפענע עטליכע יאר האט זיך דער ביהמ"ד געבויט מיט גרויס פראכט און הערליכקייט, ארייננעמענדיג אין זיך א גיגאנטישער היכל ביהמ"ד, חדרי תפלה, א מקוה מהודרה, א שמחה זאל, היכל הטישן, א.א.וו. ווען אין לויף פון די בוי ארבעט איז אויפגעטריבן געווארן אסטראנאמישע סומעס פון מיליאנען דאלארן פון חסידי ואוהדי בית סאדיגורא לאנדאן איבער די וועלט, צו קענען אהערשטעלן דעם בית ה' ברוב פאר והדר.


אצינד ווען דער ביהמ"ד איז פראכטפול פארענדיגט געווארן איז אפגעהאלטן געווארן די פייערליכע חגיגת "חנוכת הבית", שב"ק נח ג' חשון ווען עס איז אויסגעפאלן די הילולא קדישא פונעם ראש השולשת דער הייליגער סבא קדישא מרוזין זי"ע, איז אפגעראכטן געווארן א גרויסע שבתא דריגלא פאר חסידי סאדיגורא לאנדאן, לרגל די הילולא ולרגל די בעפארשטייענדע חגיגה ושמחת הקהלה, און מוצאי שבת איז אפגעראכטן געווארן ברוב פאר והדר דער הכנסת ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן בשותפות דורך די בני הקהלה לע"נ דעם רבי'ן דער עטרת ישראל זצ"ל.


נעכטן זונטאג נאכט האט נאכגעפאלגט דער מעמד חנוכת הבית, קאמבינירט מיטן סעודה לגמרה של תורה אין א פראכטפולע זאל בגבולות בעיר.


אויף דעם שבתא דריגלא האבן זיך שוין אנגעזעהן פילע אורחים, דאראונטער די משפחת המלוכה קינדער און איידעמער פונעם רבי'ן ז"ל, פון דער שווייץ איז ספעציעל געקומען צו פארן דעם רבינס שווער הרה"ג ר' אברהם אייגער שליט"א מלובין און די קינדער.


ליל שישי איז פארגעקומען די מעמד סיום כתיבת האותיות פארן נייעם ספר תורה אין שטוב פונעם ראש הקהל הרבני ר' שלמה יאקאבאוויטש הי"ו וואו עס איז געווען א געלעגנהייט פאר די מתפללים און שותפים אינעם ספר תורה אריינצושרייבן אן אות.


ערב שבת פארן זמן האט דער רבי שליט"א איבערגעגעבן שיחות קודש פאר די בחורי החבורות, כהכנה דרבה צום געהויבענעם שבת.


דורכאויס שבת ביי אלע תפילות האט די רבי געזאגט די קדישים לכבוד די הילולא קדישא ג' חשון. צו מנחה ערב שבת האט די רבי צוגעשיקט אחיו הצעיר הרב שמעון מנחם נחום פריעדמאן. בעפאר קבלת שבת האט אויפגעטערטן מיט א דרשה דעם רבינס שוואגער הרה"ג ר' צבי הירש אייכנשטיין שליט"א, וואס האט געדינט אלס אריינפיר צום שבת.


ביי בואי בשלום איז דער רבי שליט"א ארויסגעקומען פונעם דאווען שטוב און זיך ארויסגעלאזט אין פייערליכע ריקודין של שמחה מיט גאצן עולם, וואס האט אנגעהאלטן א לענגערע וויילע.


צום טיש פרייטאג צונאכטס איז דער רבי אריינגעקומען צו שלום עליכם און קידוש געמאכט ברוב עם. אין לויף פונעם טיש האט זיך אנגעזעהן א שטראם פון תושבי העיר, ובראשם די רבנים פונעם גאלדערס גרין געגענט.


לכבוד די שבת הילולא האט מען געזינגען די הייליגע ניגונים און תנועות כולו דביקות וואס זענען מיוחס צום הייליגן רוזינער זי"ע, און דער רבי האט געזאגט תורה זייענדיג משלב דער הילולא קדישא מיטן שבת חנוכת הבית מתובל מיט עניני הפרשה. מיט בענטשן האט די רבי מכבד געווען דעם חותן המלך הרה"ג ר' אברהם אייגער שליט"א.


שבת אינדערפרי בעפארן ליינען איז צו אלעמענס איבערראשונג ערשינען א גאר ווערדפולע כתר תורה, וואס איז אהערגעשטעלט געווארן דורך איינע פון די נגידי החסידות, נאכגעמאכט אויטענטיש דער "כתר של משיח" פונעם הייליגן שטעפאנעשטער רבי זי"ע מגזע צדיקי בית רוזין, וואס געפונט זיך אין די קעניגליכע אוצר פונעם בריטישן קעניגרייך אין לאנדאן הבירה. דער קרוין טראגט א ווערד פון הונדערטער טויזנטער פונט און איז נאכגעמאכט דעם שטעפאנעשטער'ס כתר של משיח מיט א פונקטליכקייט, באצירט טייערע בריליאנט שטיינער, מיט וואס מען האט באקרוינט דעם ספר תורה בשעת פתיחת הארון.


פארן ליינען האט מען געהערט א דרשה פונעם רבינס שוואגער הרה"ג ר' יוחנן שפירא שליט"א. די רבי שליט"א האט עולה געווען שלישי און האט נאכן עלייה לתורה געמאכט א מי שברך פאר אלע אורחים און די עסקנים וואס האבן ארויסגעהאלפן מיטן נייעם ביהמ"ד.


נאכן דאווענען איז אפגעראכטן געווארן א קידושא רבא לכבוד די יארצייט ביי וועלכן דער רבי האט ארומגעשמועסט בגודל היום ובמשנתו הטהורה פונעם בעל ההילולא.



בנוסף פונעם נייעם ספר תורה האט מען באותו מעמד מחנך געווען א אלטע ירושה ספר תורה וואס דער רבי האט ערהאלטן מירושת אבותיו הק' דור אחר דור, און דאס איבערגעגעבן פאר א סופר ובודק מומחה, וועלכע האט מיט א פראפענסינאלע ארבעט מתקן געווען אלע שיבושים און פסולים פונעם ספר תורה, א פראיעקט וואס האט אפגעקאסט א הון תועפות. די רבי שליט"א האט באגלייט דעם גאנצן תהלוכה האלטנדיג דעם קליינעם ירושה ספר תורה מיט גרויס חביבות.


אנקומענדיג אינעם ביהמ"ד האט דער ריזן ציבור פארנומען זייערע ערטער אויף די פארענטשעס פון אלע דריי זייטן פונעם היכל. די רבי שליט''א האט נאכן אריינפירן דעם ספר תורה - אפגעראכטן די הקפות כנהוג און געטאנצן מיטן ספר תורה לויט די סדר הנענועים כמנהג אבותיו הקדושים.


נאכן פאראגן די מזמורים האט מען מכבד געווען די אלע שותפים אינעם ספר תורה צו טאנצן און דערנאך די אנשים מכובדים און געסט וואס זענען געקומען צו פארן פון אויסלאנד.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree


תגובות

לא היה ניתן לטעון את התגובות
נראה שהייתה בעיה טכנית. כדאי לנסות להתחבר מחדש או לרענן את הדף.
bottom of page