top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גרויסן ציבור באגלייט למנוחות הגה"צ גאב"ד ראדאמישלא זצ"ל ביי מסע הלוויה אין ירושלים

  • sfbechatzros
  • לפני יומיים
  • זמן קריאה 2 דקות

זונטאג פ' לך לך • ד' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער,JDN

מיט צובראכענע הערצער האבן הונדערטער אידן באגלייט למנוחת עולמים האי גאון וצדיק חסידא ופרישא כ"ק גאב"ד ראדאמישלא זצ"ל, וועלכער איז דעם מיטוואך פארטאגס נתבקש געווארן לישיבה של מעלה בפתע פתאום, אין עלטער פון איין און אכציג יאר.


א גרויסן ציבור מתפללים, מעריצים, קרובי המשפחה, און תושבי השכונה, אין שפיץ פון אדמורי"ם ורבנים האבן זיך פארזאמלט צו באוויינען די אבידה שאין לה תמורה ביים לוויה בהיכל בית מדרשו אין די רמות ג' געגענט אין ירושלים, ווי עס זענען געהערט געווארן א רייע הספדים על סילוקו של צדיק.


צום ערשט האט מספיד געווען די שוואגער הגה"צ רבי חיים צבי שפירא ראב"ד בית דין צדק מחזיקי הדת בעלזא, און דערנאך האט די גרויסער שוואגער און מחותן כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א באוויינט די אבידה בקול נהי ובכי תמרורים און דערמאנט געהויבענע שטריכן פונעם רב זצ"ל וואס איז געווען נח לעליונים ונח לתחתונים, טוב לשמים ולבריות, און זיין אמונה פשיטה בפרט נאך די פטירה פון זיין זון הגה"צ רבי יחזקאל זצ"ל מיט עטליכע חדשים צוריק וואס ער האט מקבל געווען באהבה.


דערנאך האט מספיד געווען די שוואגער הגה"צ רבי שלמה זלמן אונדסדארפער שליט"א האדמו"ר מזלאזיץ ואבד"ק דברי חיים פתח תקווה און דערנאך זענען געהערט געווארן א רייע הספדים פון די חשובע קינדער און איידעמער, חתנו הגדול הגה"צ רבי יעקב מרדכי טווערסקי אב"ד טשערנאביל אלעד, בנו מ"מ הגה"צ ר' יעקב מאיר שמחה היילפרין שליט"א גאב"ד ראדומישלא רמות, בנו כ"ק אדמו"ר מברעזאן שליט"א, בנו הגה"צ ר' מרדכי הלפרין שליט"א אב"ד ראדומישלא ביתר, בנו הרה"צ ר' שלמה היילפרין שליט"א, בנו הרה"צ ר' אהרן היילפרין שליט"א, חתנו הרה"צ ר' משה סופר שליט"א בן גאב"ד ערלוי אלעד שליט"א, און בנו הרה"צ ר' ברוך יהושע היילפרין שליט"א ווי זיי האבן זיך שווער געזעגענט פון זייער גרויסן פאטער און פה אחד מפליא געווען זיין גדלות בתורה, צדקות, און זיין ליבשאפט צו יעדן איד.


נאך די הספדים איז די מיטה באגלייט געווארן ברחובה של עיר, דורך פילע אידן ובראשם אדמורי"ם ורבנים חשובים, בראש המלווים האבן זיך אנגעזעהן די גרויסע שוואגערס כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א, כ"ק אדמו"ר מנדבורנא חיפה שליט"א, הגה"צ ראש ישיבת טשעבין שליט"א, און הגה"צ רבי חיים צבי שפירא ראב"ד מחזיקי הדת. אויך האבן זיך אנגעזעהן  האדמורי"ם מתולדות אהרן, ערלוי, קרעטשניף ירושלים, אונגוואר, סטראפקוב, סטריקוב ירושלים, שידלובצא, דער אייניקל כ"ק אדמו"ר מסאווראן ביתר שליט"א, אב"ד צאנז טשאקאווא, אב"ד ערלוי אלעד און הגאון רבי אשר ווייס גאב"ד דרכי תורה.


ווען די מיטה איז דורכגעפארן ביים כביש רמות האט כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א באגלייט די מיטה און געזאגט א קידש. די מיטה איז געפארן צום הר הזיתים וואו דער רב ז"ל איז געקומען לקבורה אויפן פרעמישלאנער חלקה, נעבן זיין גרויסן פאטער, דער פריערדיגער ראדאמישלא רב זצ"ל, ווי די גרויסע שוואגערס האדמו"ר מצאנז, גאב"ד מאקאווא ראש ישיבת טשעבין האבן באגלייט ביז נאך די קבורה. 


תהא נשמתו צרורה בצרור החיים.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page