top of page
הערליכע שבע ברכות אין קרית יואל לרגל השמחה הרוממה במעונו פון האד' מסאטמאר
דינסטאג פ' מקץ • כ''ו כסלו - ב' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש אין ביהמ"ד הגדול ד'קרית יואל איז פאריגע וואך זונטאג אוונט אפגעהאלטן געווארן די שבע ברכות רבתי צוגעשטעלט דורך קהל יטב לב לכבוד די גרויסער שמחה במעון הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, לרגל די חתונה פונעם ערשטן אור אייניקל ביים רבי'ן, זייענדיג א געלעגנהייט פאר תושבי קרית יואל זיך מיטצופרייען בשמחתו הגדולה. צו די באשטימטער צייט איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול ווערנדיג אנטפאנגען לקול תרועת הזמר, דער רבי איז


האד' מפינסק קארלין רעכט אפ הילולא קדישא פון הרה" ק רבי יוחנן מסטאלין זי''ע באתרא דמר אין עיה"ק טבריה
דינסטאג פ' מקץ • כ''ו כסלו - ב' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: א.פ.ק חסידי פינסק קארלין האבן מיט רגשי קודש אפגעראכטן די יומא דהילולא פון הרה''ק רבי יוחנן מסטאלין זי''ע באתרא דמר אין שטאט טבריה במחיצת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א, בעיצומו של יום דאנערשטאג כ"א כסלו העעל"ט. אין די פארמיטאג שעה'ן אנקומענדיג קיין טבריה האט די רבי געדאווענט מנחה ביים קבר רבי מאיר בעל הנס, און אנגעצינדן דעם נר תמיד ביים ציון הק', דערנאך איז די רבי שליט''א אנגעקומען אויפן אי


האד' מישועת יעקב סקולען נעמט אונטער נסיעה קיין ארה"ק צו באזוכן מוסד "חסד לאברהם" אין מירון תחת נשיאותו
דינסטאג פ' מקץ • כ''ו כסלו - ב' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גרויס רגש ווערט אויפגענומען ביי חסידי ואוהדי בית סקולען אין ארצינו הקדושה איבער א נסיעה רוממה וואס ווערט אונטערגענומען דורך כ"ק אדמו"ר מישועת יעקב סקולען שליט"א קיין ארץ ישראל, צום ערשטן מאל נאכ'ן איבערנעמען די כתר האדמורו"ת. די מטרה פון די נסיעה איז לראות בשלום הצאן, צו באזוכן דעם מוסד הק' "חסד לאברהם" אין אתרא קדישא מירון, וואס שטייט תחת נשיאותו פון אדמור"י בית סקולען, און די רבי שליט"א פערזענליך טראגט דעם מוס


מאנסי: געהויבענע מעמד "קביעת מזוזה" פון נייעם בנין ישיבת דברי חיים בנין ראזנבערג בראשות האד' מדינוב
דינסטאג פ' מקץ • כ''ו כסלו - ב' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: איצי מ.,JDN פאראנגענע וואך דאנערשטאג איז געווען א יום שמחה אין די בארימטער ישיבה גדולה דברי חיים אין שטאט מאנסי, ווען עס איז פארגעקומען די מעמד קביעת מזוזות פאר די פרישער הערליכער "בנין ראזנבערג" וואס איז געבויט געווארן פאר די ישיבה, בנדבת ליבו הטוב פון הרבני הנגיד מוה״ר אברהם יודא ראזנבערג הי״ו פון וויליאמסבורג. דער מעמד איז באשיינט געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א וועלכער איז ספעציעל ארויסגעקו


פאר הדור הגה"צ ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א צינדט ערשטע ליכטל חנוכה אין מנורה פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע
מאנטאג פ' מקץ • כ''ה כסלו - א' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יחיאל רייכמאן א גאר התרגשות'דיגע מעמד הדלקת נרות חנוכה איז פארגעקומען נעכטן נאכט במעון הקודש פונעם פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, ווען דער רב שליט"א האט אנגעצינדן די חנוכה ליכט אין די היסטארישע מנורה פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע. די מנורה איז א גאר טייערע אנטיק, פון ריין זילבער, אין וואס דער סאטמארער רבי זי"ע האט געצינדן די ליכטעלעך גאנצע צען יאר, פון תש"י ביז תש"כ, און איז געברענגט געווארן קיין


קורצן נסיעה דורך כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א לקברי אבותיו אין אונגארן
מאנטאג פ' מקץ • כ''ה כסלו - א' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש פארגאנגענעם וואך האט כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א אונטערגענומען א בליץ נסיעה קיין אונגארן לרגל די יארצייט פון זקינו הגה"ק רבי שמואל יונגרייז זצ"ל אב"ד סעטשע, פאטער פון הגה"ק בעל מנוחת אשר מטשענגער זי"ע וואס איז אויסגעפאלן כ"א כסלו. דער רב שליט"א און די פמליא האבן געלאנדעט אין בודאפעסט מיטוואך ביינאכט, מען איז באלד ארויסגעפארן קיין סעמיהאלי צום ציון הק' פונעם מהרש"ג זצ"ל אבד"ק סעמיהאלי, רבו מובהק פונעם מאקאווער רב זצ"ל, ד


גיגאנטישער בנין של חסד דק"ק באבוב וועט אויפגעבויט ווערן אין צענטער פון בארא פארק
מאנטאג פ' מקץ • כ''ה כסלו - א' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש תושבי בארא פארק בכלל, און חסידי באבוב בפרט האלטן מיט פרייד דעם הרחבת גבולי החסד והטהרה וואס גייט אן אין די שטאט, צו קענען נאכקומען דעם געברויך פון די אלפי החסידים וואס זענען כסדר זיך חוסה בצ"ק פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א. אין די טעג האט מען אנגעהויבן מיט דעם מלאכת הבני' אהערשטעלן דעם נייעם גיגאנטישן "בנין של חסד" אין צענטער פון בארא פארק, וואס וועט אנטהאלטן די פילצאליגע חסד-פראיעקטן פון די קהלה, ובפרט די הערליכע שמח


וגילו צדיקים: גרויסארטיגער חתונה אין הויפן פון לעלוב און סטאניסלאוו געפראוועט אין שטאט ביתר
מאנטאג פ' מקץ • כ''ה כסלו - א' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך חסידים ואנשי מעשה האבן זיך פאריגן מאנטאג נאכט מיטגעפריידט ביי די שמחת הנישואין בבית לעלוב - סטאניסלאוו, ווען עס איז געגאנגען אונטער די חופה די חתן א אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א, א זון פון זיין זון הרה"צ רבי ברוך בידערמאן שליט"א מיט די כלה א טאכטער פון כ"ק אדמו"ר מסטאניסלאוו שליט"א פון ביתר, די חתונה איז פארגעקומען אין שטאט ביתר ברוב שמחה וחדוה מיט די השתתפות פון פילצאליגע חסידים ומ


טויזנטער תושבי לאנדאן ביי עצרת מחאה אדירה קעגן גזירת הגיוס פארנט פון ציוניסטישע קאנסולאט אין לאנדאן סיטי
מאנטאג פ' מקץ • כ''ה כסלו - א' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש קול נהי נשמע מעיר הבירה לאנדאן, האט דעם דאנערשטאג נאכמיטאג אפגעהילכט דער שטורמישער קול מחאה פון אלפי תושבי לאנדאן הבירה און די געגעטנער ארום, אידן פון אלע שיכטן און קרייזן וועלכע זענען ארויסגעקומען פארנט פונעם מדינת ישראל קאנסולאט מיט א פאראייניגטן קול מחאה אדירה, קעגן דער שרעקליכער גזירה פון גיוס בני ישיבות וואס פלאגט אחינו בני ישראל היושבים בארצינו הקדושה, וואס האט געהאט א קאלאסאלער אפקלאנג אויף די ענגלישע מאסן, או


מקהלות רבבות חסידי סאטמאר אפגעצייכנט 81'טע יום הצלת הרה"ק מסאטמאר זי"ע ביי ריזן "וואטערפראנט" סקווער
מאנטאג פ' מקץ • כ''ה כסלו - א' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יוסי גאלדבערגער, י. שטיין, שאט די דאט בהתאסף ראשי עם יחד שבטי ישראל איז געפייערט און אפגעצייכנט געווארן דעם יום הצלה והשחרור פון הרה''ק מסאטמאר זי"ע ביים מעמד אדיר ונשגב סעודת הודאה כ"א כסלו, מיט'ן דינער "גדלו וטובו" לטובת די מוסדות הק' אין וויליאמסבורג מיט אירע טויזנטער קינדער בליעה''ר, במקהלות רבבות אלופי אלפי ישראל, אין שפיץ פון צענדליגער רבנים ודיינים ובראשם דער מנהיג העדה כ''ק אדמו"ר מסאטמאר שליט


לא יכבה נרו: היסטארישע מנורה פון הרה"ק בעל אהבת ישראל מוויזניץ זי"ע אנגעקומען צו נכדו האד' מתולדות מרדכי וויזניץ
מאנטאג פ' מקץ • כ''ה כסלו - א' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש בחצר הקודש תולדות מרדכי וויזניץ, האט מען מיט גרויס התרגשות מיטגעהאלטן די מעמד הדקלת נר א' דחנוכה ווען כ"ק אדמו"ר מתולדות מרדכי וויזניץ שליט"א האט געצינדן די חנוכה ליכט אין די היסטארישע מנורה פון זקינו הרה"ק בעל אהבת ישראל מוויזניץ זי"ע. די היסטאריע פון דעם ירושה מנורה גייט צוריק באלד הונדערט יאר, ווען הרה"ק בעל אמרי חיים מוויזניץ זי"ע האט איר געירשנט נאך די הסתלקות פונעם פאטער דער אהבת ישראל, און ווייטער געצינדען אין


תלמידים ויוצאים פון ישיבת סלאבאדקע מקבל פנים געווען ראש הישיבה הגרמ"ה הירש ביי מעמד "בצלו" אין בארא פארק
מאנטאג פ' מקץ • כ''ה כסלו - א' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN תושבי בארא פארק און פילע תלמידים ומעריצים פון דער בארימטער סלאבאדקע ישיבה זענען ארויסגעקומען אין די מאסן ביים געהויבענעם מעמד וואס איז פארגעקומען פארלאפענעם דינסטאג וישלח, און האבן מקבל פנים געווען בהדרת כבוד דעם חשובן גאסט פון ארץ ישראל, הגאון הגדול רבי משה הלל הירש שליט״א ראש ישיבת סלאבאדקע, און פון די פירנדע מנהיגים פון די יהדות החרדית בארץ הקודש. דער ראש ישיבה שליט״א איז אנגעקומען קיין אמעריקע


הנהלת מוסדות סאטמאר מאנטריאל מעלדט פרייליכער אפקויף פון נייער גיגאנטישער "בנין המוסדות"
זונטאג פ' מקץ • כ''ד כסלו - ערב יו"ט חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש אינעם אנגייענדער קייט פון הרחבת גבולי הקדושה דורך ק"ק ומוסדות סאטמאר האבן חסידי סאטמאר בכלל און תושבי מאנטריאל בפרט אויפגענומען די בשורה מרנינה איבער א מולטי מיליאן דאלאר'דיגע גמר המקח, ווען די הנהלת המוסדות איז אריין אין קאנטראקט אויף א גיגאנטישער פינף שטאקעדיגער בנין פון איבער 60,000 סקווער פיס וואס וועט דינען אלס א אכסניא של תורה פארן תלמוד תורה החדש והמפואר אויף די קומענדיגער יארן, וואו די תלמידים וועלן בעזה


האד' מהארדענקא באזוכט ביי האד' מטאלנא בחצר קדשו אין אשדוד
זונטאג פ' מקץ • כ''ד כסלו - ערב יו"ט חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם דינסטאג אוונט נאכן שבע ברכות פון אן אייניקל ביי כ''ק האדמו''ר מהארדענקא שליט''א וואס איז פארגעקומען אין שטאט אשדוד, איז דער רבי אריבער אויף א באזוך אינעם ביהמ"ד הגדול והחדש טאלנא, אויף די פערזענליכע איינלאדענונג פון כ"ק אדמו"ר מטאלנא שליט"א. דער טאלנער רבי האט דערביי מכבד געווען דעם רבי'ן קובע צו זיין א מזוזה ביי איינע פון די טירן אין ביהמ"ד, נאכגעפאלגט מיט א שיינעם מסיבת לחיים. דערנאך איז דער רבי אריבער צו ד


רבבות חסידי סאטמאר פייערן הצלת הרה"ק מסאטמאר זי"ע ביי ריזן כינוס הודאה אין גיגאנטישן קראונהייטס ארמארי
זונטאג פ' מקץ • כ''ד כסלו - ערב יו"ט חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש תלמידי וחסידי סאטמאר זענען נאך אונטערן רישומא דקדושה פונעם גרויסן מעמד הודאה פארלאפענעם מיטוואך אויפדערנאכט ליל יום הצלה והשחרור כ"א כסלו, ווען אלופי אלפי ישראל האבן זיך צונויפגענומען תחת קורת גג אחד אינעם מאיעסטעטישן קראונהייטס ארמארי געביידע, וואס איז פארוואנדלט געווארן אלס א צענטער-פונקט פאר חסידי סאטמאר אומעטום, ווי מען האט זיך אינאיינעם געפריידט אויפן גרויסן נס אין דעם טאג וואס הרה"ק מסאטמאר זי"ע איז מיט איי


שיינעם שמחת השבע ברכות פון נכדת האד' מסקווירא אין שיכון סקווירא
מוצאי שב"ק פ' וישב • כ''ג כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יוסי גאלדבערגער, JDN א שיינע שבע ברכות איז אפגעראכטן געווארן לרגל די חתונה הגדולה בשמחת בית סקווירא, צוגעשטעלט דורכ'ן זיידן מצד החתן הגה"צ רבי אברהם משה גראס אבד"ק קערעסטיר בערבעשט אין איינע פון די זאלן אין סקווערער שטעטל בהשתתפות פונעם געהויבענעם זיידן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א. עס האבן אויפגעטרעטן מיט דרשות די פעטער הגה"צ רבי מענדל גאלד אבד"ק לובלין, פון הרה"ג ר' ישי ליבערמאן אבד"ק למטה יששכר און פון די רבנ


שמחת הברית פון בשותפות'דיגע אייניקל ביי האדמור"ים מאמשינוב און מודזיץ פארגעקומען אין ירושלים
מוצאי שב"ק פ' וישב • כ''ג כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער,JDN פארלאפענעם וואך מאנטאג כחצות היום איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה פון א אור אייניקל ביי כ"ק האדמורי"ם מאמשינוב און מודזיץ, דער רך הנולד איז א זון פון הרב שמואל אלי' זאלמנוב שליט"א זון פון כ"ק אדמו"ר מאפאלע שליט"א און איידעם פון הגה"צ רבי מרדכי היילפערין אבד"ק ראדומישלא ביתר, די שמחה איז פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול אמשינוב אין די בית וגן געגענט אין ירושלים נאך א צייט אפשניט פון עטליכע יאר וו


עולם התורה ווידעראמאל ערשטוינט: 132 גאונים ש"ס אידן פייערן סיומי הש"סים באגלייט מיט א גרינטליכע בחינה
מוצאי שב"ק פ' וישב • כ''ג כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש דער זאל אינעם גאולה געגנט פון ירושלים איז געווען איבערגעפולט מיט אומגעהויערע גדלות בתורה, ווען 132 אברכים גאונים ש"ס אידן, צוזאמען מיט גדולי תורה וואס וועלן זיי פארהערן גאנץ ש"ס, ווי אויך די מחזיקי התורה און שטיצער וואס זענען געקומען צו מיטהאלטן דעם היסטארישן מעמד, זענען זיך צאמגעקומען אונטער איין דאך, ווי הגאון הרב ראובן אלבז שליט"א האט אויסגערופן: "אז מען זעט אזוי פיל אמתע גאונים, בין איך כמעט איבערגעצייגט אז מיר זענען מחו


שרי בית הסוהר: הויכראנגיגער ווארדען פון אוטעסוויל טורמע אויפגענומען דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א
מוצאי שב"ק פ' וישב • כ''ג כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם פארגאנגענעם זונטאג נאכמיטאג איז אנגעקומען אויף אן אפציעלער באזוך אין קרית יואל דער "ווארדען" - די הויפט אויפזעער פון די "אוטעסוויל טורמע" אינאיינעם מיט א צאל הויכראנגיגע באאמטע פון די תפיסה. דאס קומט נאך דער באזוך וואס כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט אפגעהאלטן מיט עטליכע וואכן צוריק אין די אוטעסוויל טורמע צו באזוכן אחינו בני ישראל יושבי חושך וצלמות וועלכע שמאכטן ליידער דארט אין טורמע. דער רבי שליט"א האט דאן געלאדענט די הוי


הונדערטער סאטמארער חסידים בני ציון מיטגעהאלטן מעמד הודאה לרגל כ"א כסלו בקרתא דשופירא אין ירושלים עיה"ק
דאנערשטאג פ' וישב • כ''א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גרויס פרייד און התרגשות האבן סאטמארער חסידים בקרתא דשופריא און פילע בני ציון היקרים געפייערט די געהויבענע מעמד חגיגת הצלה כ"א כסלו, לרגל די יום ההצלה והשחרור כ"א כסלו, ווען הרה"ק מסאטמאר זי"ע איז געראטעוועט געווארן מגיא צלמות, וואס איז געפראוועט געווארן אינעם גרויסן היכל אין קרית ויואל משה אין שפיץ פונעם געהויבענעם גאסט הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א וואס איז געקומען צופארן קיין ארצינו הקדושה אויף א קורצע באזוך בקרב הק


bottom of page

