שמחת הברית פון בשותפות'דיגע אייניקל ביי האדמור"ים מאמשינוב און מודזיץ פארגעקומען אין ירושלים
- Bechatzros admin
- לפני 7 שעות
- זמן קריאה 1 דקות
מוצאי שב"ק פ' וישב • כ''ג כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער,JDN
פארלאפענעם וואך מאנטאג כחצות היום איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה פון א אור אייניקל ביי כ"ק האדמורי"ם מאמשינוב און מודזיץ, דער רך הנולד איז א זון פון הרב שמואל אלי' זאלמנוב שליט"א זון פון כ"ק אדמו"ר מאפאלע שליט"א און איידעם פון הגה"צ רבי מרדכי היילפערין אבד"ק ראדומישלא ביתר, די שמחה איז פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול אמשינוב אין די בית וגן געגענט אין ירושלים נאך א צייט אפשניט פון עטליכע יאר וואס די ברית'ן אין אמשינובער הויף ווערן געפראוועט באופן פרטי בביתו נאווה קודש פונעם אמשינובער רבי'ן שליט"א.
דער רבי שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות, די זיידע די אפאלע רבי האט געזאגט די ברכות, און די מודזיצער רבי איז מכובד געווארן מיט עמידה לברכות, ויקרא שמו בישראל יצחק לייבוש נאכן זיידן כ"ק גאב"ד ראדאמישלא זצ"ל בעל שדי יצחק, שטייענדיג עטליכע וואכן נאך זיין הסתלקות לשמי רום פארלאפענעם ערב ראש חודש חשון, מיט כסא של אליהו איז מכובד געווארן די פעטער כ"ק אדמו"ר מברעזאן שליט"א.
נאכן ברית האט מען זיך געוואשן צום סעודת מצווה, וואו די רבי שליט"א האט מיטגעהאלטן די סעודה און טועם געווען פון די מזונות און געוואונטשן לחיים, במשך די סעודה האט די רבי ארומגעשמועסט בדברי תורה מיט די מחותנים האדמור"ים, און מכבד געווען די מודזיצער רבי צו זאגן תורה און ברכת המזון על הכוס.

















