טויזנטער תושבי לאנדאן ביי עצרת מחאה אדירה קעגן גזירת הגיוס פארנט פון ציוניסטישע קאנסולאט אין לאנדאן סיטי
- Bechatzros admin
- לפני שעתיים
- זמן קריאה 3 דקות
מאנטאג פ' מקץ • כ''ה כסלו - א' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש

קול נהי נשמע מעיר הבירה לאנדאן, האט דעם דאנערשטאג נאכמיטאג אפגעהילכט דער שטורמישער קול מחאה פון אלפי תושבי לאנדאן הבירה און די געגעטנער ארום, אידן פון אלע שיכטן און קרייזן וועלכע זענען ארויסגעקומען פארנט פונעם מדינת ישראל קאנסולאט מיט א פאראייניגטן קול מחאה אדירה, קעגן דער שרעקליכער גזירה פון גיוס בני ישיבות וואס פלאגט אחינו בני ישראל היושבים בארצינו הקדושה, וואס האט געהאט א קאלאסאלער אפקלאנג אויף די ענגלישע מאסן, און וועט האפנטליך צוהעלפן אפצושרייען די שווערע גזירה וואס לויערט ליידער אין ארה"ק.
די גרויסע עצרת מחאה וזעקה איז אראנדזשירט געווארן על פי קריאת הקודש פון די שרי התורה חברי הביד"ץ העדה החרדית שבירושלים עיה"ק, אין צוזאמענארבעט מיט די הנהלת התאחדות קהילות החרדים אין לאנדאן, וואס נעמט אריין אלע קהילות הקודש פון די חסידישע קרייזן אין לאנדאן.
אין די פריע נאכמיטאג שטונדן האט זיך שוין אנגעזען דער שטראם פון מאסן אידן וואס זענען געקומען צו גיין צום מקום העצרת אין די לאנדאן סיטי. וואס א מינוט שפעטער איז דער ציבור געוואקסן אלס מער און מער, מיט אידן פון אלע שיכטן און קרייזן, יונג און אלט וואס האבן זיך פארזאמלט כאיש אחד בלב אחד, מיט איין ציל זיך אנצונעמען פאר כבוד שמים, און אויסצושרייען דעם וויי-געשריי פון די טויזנטער בני ארץ ישראל הנאנקים ונאנחים פון די שווערע גזירות דורך די ציוניסטישע רעגירונג.
בראש המעמד האבן זיך אנגעזען די פילצאליגע רבנים הגה"צ שליט"א רבני העיר, צווישן זיי הגה"צ רבי ברוך נתן הלברשטאם אב"ד סאטמאר לאנדאן, הגה"צ רבי משה מנחם ווייס אב"ד סאטמאר לאנדאן, הגה"צ ר' בנציון בלום שליט"א דומ"ץ באבוב, הגה"צ ר' נפתלי אלימלך לייזער שליט"א אבד"ק פשעווארסק, הגה"צ ר' שמואל יעקב שרייבער שליט"א רב חסידי גור, הגה"צ ר' לייבל ווייס שליט"א ראש ישיבת מאחנובקא בעלזא, הגה"צ ר' מרדכי וויינבערג שליט"א רב חסידי סלאנים, הגה"צ ר' אשר ראבינאוויטש שליט"א אבד"ק פשיסחא, הגה"צ ר' מאיר שמואל שפיגל שליט"א אב"ד קאלושין, אדמו"ר מביאלא לאנדאן, אדמו"ר מסטאניסלאוו אלעסק, הרה"צ רבי יואל יעקב דושינסקיא אב"ד דושינסקיא לאנדאן, הגאון רבי אברהם פסח קאמיונקא רב דקהל צעירי אגודת ישראל, און צענדליגער דייני קהילות הקודש אין לאנדאן.
במשך דעם מעמד האט מען געהערט די דרשות נלהבות פון די רבנים הגאונים שליט"א, וועלכע האבן אלע ארויסגעברענגט דעם ציל פון דעם עצרת, מיט גאר שטארקע רעיונות איבער דעם שווערן מצב אין ארה"ק.
דער מעמד איז געעפענט געווארן מיט די שטורמישע דרשה פונעם יושב ראש דער מגיד מישרים הרה"ג רבי יחזקאל ווייס שליט"א פון מאנסי וועלכער האט בקול חזק ארויסגעברענגט דעם ציל פונעם עצרת.
א שטארקער רושם האט געמאכט ביים ציבור די דרשות מעומק הלב פון הגה"צ רבי משה מנחם ווייס אבד"ק סאטמאר לאנדאן, הגה"צ רבי ברוך נתן הלברשטאם אבד"ק סאטמאר לאנדאן און הגה"צ רבי חיים פנחס מיללער אבד"ק טשערנאביל לאנדאן, וועלכע האבן פה אחד ארומגערעדט איבער די שווערע גזירה, און די צרות ברוחניות ובגשמיות וואס מ'ליידט זיך ליידער אן פון די ציוניסטישע מדינה וואס האט שוין ליידער אויסגע'שמד'ט אזויפיל טויזנטער אידן, וחיובא רמיא צו לאזן הערן דעם קול מחאה קבל תבל ומלואה.
דערנאך האט הגה"צ רבי לייבוש פאדאווא שליט"א זון פון כ"ק גאב"ד לאנדאן שליט"א לרפו"ש פארגעזאגט פרקי תהילים בהתעוררות רב. צום לעצט האט מען געהערט א דרשה בלשון העמים אויף די ענגלישע שפראך, פארצושטעלן פאר די גויאישע פרעסע דעם ציל פונעם עצרת, דורך הרה"ג ר' יעקב מארמורשטיין שליט"א רב ביהמ"ד אוהל משה, וועלכע האט מיט זיין קלארע שפראך איבערגעגעבן פאר די לאקאלע מידיע און גויאישע פרעסע צו פארשטיין דעם שיקזאל פון ערליכע אידן אין ארץ ישראל.
צום שלוס פונעם עצרת האט הגה"צ רבי שלום פריעדמאן שליט"א סגן גאב"ד ומזקני רבני העיר פארגעזאגט די פסוקי קבלת עול מלכות שמים מיט בכיות נרגשות מעומק לבב. דער ציבור האלפים האט הילכיג אפגעענטפערט מיט טרערן-געווייקטע אויגן, און מען האט געהערט דעם אויסשריי פון "שמע ישראל" און אנדערע פסוקי היחוד וואס האט געהאט אזא שטארקער אפקלאנג.
מיט שטורמישע הערצער האט דער ציבור זיך צושפרייט, מיט א הייליגן געפיל און ברען, ממשיך צו זיין מיט די מלחמה לה' בעמלק, און פארצוזעצן מיט תפלות ותחנונים ביז ווען די גזירה וועט אפגעטון ווערן פונעם יהדות ארה"ק, ולה' הישועה.






































































