top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מקהלות רבבות חסידי סאטמאר אפגעצייכנט 81'טע יום הצלת הרה"ק מסאטמאר זי"ע ביי ריזן "וואטערפראנט" סקווער

  • Bechatzros admin
  • לפני 5 שעות
  • זמן קריאה 6 דקות

מאנטאג פ' מקץ • כ''ה כסלו - א' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: יוסי גאלדבערגער, י. שטיין, שאט די דאט

בהתאסף ראשי עם יחד שבטי ישראל איז געפייערט און אפגעצייכנט געווארן דעם  יום הצלה והשחרור פון הרה''ק מסאטמאר זי"ע ביים מעמד אדיר ונשגב סעודת הודאה כ"א כסלו, מיט'ן דינער "גדלו וטובו" לטובת די מוסדות הק' אין וויליאמסבורג מיט אירע טויזנטער קינדער בליעה''ר, במקהלות רבבות אלופי אלפי ישראל, אין שפיץ פון צענדליגער רבנים ודיינים ובראשם דער מנהיג העדה כ''ק אדמו"ר מסאטמאר שליט''א, וועלכער האבן איבערגעפילט דעם גיגאנטישן ריזן 60 טויזנט סקווער פיס שאטער וואס איז אויפגעשטעלט געווארן אויפ'ן וואטערפראנט סקווער אין וויליאמסבורג.


דער שאטער איז מייסטערהאפטיג אויסגעשטעלט געווארן צו קענען אקאמאדירן די שווערע טויזענטער חסידים פון איבער גרעיטער ניו יארק און ארום, אהערגעשטעלט דורך די מייסטער-פלאנירער הרב ארי' פרענקל הי"ו פון די בארימטע "AF פראדאקשאן" פירמע.


דורכאויס דעם מעמד האבן מהנה געווען בפרקי שירה וזמרה דער בארימטער חסיד'ישער בעל מנגן נפלא ר' מנחם דוד מאשקאוויטש הי"ו וועלכע האט דורכאויס די נאכט געהאלטן געשאפאנט דעם ציבור האלפים מיט זיין נגינה בשירה וזמרה באגלייט דורך די פילהארמאנישע "שירה" קאפעליע, אנגעפירט דורכ'ן בארימטן מנצח על כלי השיר ר' יואל פישער.


אלס יושב ראש פונעם גרויסן מעמד האט אויפגעטראטן דער פה מפיק מרגליות, הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א מרבני הקהילה, וועלכער האט בטוב טעם ודעת וחן הוצק בשפתותיו געהאלטן געשפאנט דעם ציבור האלפים במקהלות עם קודש.


אן עלעקטרישן שטראם האט ארומגענומען דעם גאנצן זאל, ווען די כלי זמר האבן אנגעהויבן בקול תרועת זמר ונגן דעם באקאנטן געזאנג "חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו", וואס האט אנגעזאגט אז דער רבי שליט"א ערשיינט אין זאל. ספאנטאן האט דער גאנצער ציבור זיך געהויבן פון די פלעצער, און ענטוזיאסטיש אריין אין א געהויבענעם טאנץ וואס האט אריינגעצויגן די מאסן אין העכערע ספערן פון שמחה והודאה צו דאנקן דעם בורא כל עולמים על הנסים שעשית בימים ההם ובזמן הזה. דער רבי האט זיך באגריסט מיט די צענדליגער רבנים און דערנאך געטאנצן פייערדיגע ריקודי קודש בהתרגשות עילאה אויף די ניגוני הודאה חסדי ה', בך בטחו והיא שעמדה און נאך.


די רבי האט זיך געוואשן צום סעודה לכבוד היום און לכבוד די שבע ברכות פון די עלטסטע אור אייניקל זייענדיג מלובש בבגדי שבת, און נאכן פיש געוואונטשן לחיים פאר די רבנים אויפן אויבן אהן און דערנאך פאר די אלופי אלפי המשתתפים.


דאן האט מען געהאט דעם כבוד צו הערן די דרשה לכבוד היום פונעם נואם הכבוד הגה"צ רבי מתתי' דייטש גאב"ד רמת שלמה אין עיה"ק ירושלים וועלכע האט ארויסגעברענגט דעם חיוב ההודאה וואס יעדער סאטמארע חסיד דארף אפגעבן אין דעם טאג, און טרעפליך ארויסגעהויבן די פירות פון די הצלה, און דער חוב צו תומך זיין די הייליגע מוסדות, כלילת יופי משוש לכל הארץ, במיוחד האט ער שטארק ארויסגעהויבן די געוואלדיגע רישומא דקדושה וואס די ביקור הוד פונעם רבי'ן שליט"א האט איבערגעלאזט אויף יהדות ארה"ק, און בפרט די לומדיגע שיעורים וואס די רבי האט איבערגעגעבן דורכאויס דעם באזוך אין די בהיכלי התורה והכוללים וואס איז נאך אלס דער געשפרעך פון טאג צווישן די גאונים און תלמידי חכמים בירושלים של מעלה.


במשך די עמד האט אויפגעטרעטן מיט'ן דבר הנהלת המוסדות הרבני הנכבד ר' מרדכי אלעזר הירש הי"ו, וועלכער האט ארויסגעהויבן די פולע לייסטונגען דורך נדיבי לב ונגידי הקהילה וואס נאר דורך דעם קענען די מוסדות אנגיין, ר' מרדכי אלעזר הי"ו האט אויך אפגעגעבן כבוד המלכות באגריסנדיג די פאליטישע באאמטע וועלכע זענען געקומען ארויס צו ווייזן זייער שעצונג צו קהלתינו הק', צווישן אנדערע די ניו יארק סיטי מעיאר עלעקט מאמדאני, און אזוי אויך פארגעליינט א בריוו פונעם הויכגעשעצטן פרעזידענט טראמפ יר"ה וועלכע איז געשיקט געווארן לכבוד המעמד.


אונטערן רושם פון די געהויבענע טעג אין ארץ הקודש, וואו קהל עדת חסידי סאטמאר האבן זיך געווייקט בקדושתו של התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי דורכאויס העכער 50 שעות של מעלה, האט מען צום היי יעריגן דינער מיטגעהאלטן געשפאנטע שעות של קורת רוח, מיט א בארימטע פרעזענטאציע אויפטריט דורכ'ן וועלט-בארימטער בעל מנגן פון ארה"ק הרב ישראל אדלער הי"ו וועלכע האט פרעזענטירט התרגשות'דיגע חרוזים איבער די געהויבענע ימי ביקור אין ארצינו הקדושה, און די השפעה פון דעם געהויבענעם באזוך דורכאויס די גאנצע צוויי וואכן, אין ירושלים, בני ברק און בית שמש, און איבערהויפט די היסטארישע שבת באתרא קדישא מירון.


צום הויכפונקט האט מען געהאט די זכיה צו הערן דעם פייערדיגע דב''ק דבר ה' והדרכת השנה פון כ''ק אדמו"ר מסאטמאר שליט''א, דער רבי האט צום ערשט ארומגערעדט דברי אגדה בעניני הודאה, און ארויסגעברענגט איבער די חיוב הודאה וואס ליגט אויף יעדעם איינעם צו הקב"ה מיט די הצלה פון די סאטמארע רבי זי"ע ווען מען זעט די תורה אימפעריע וואס ער האט אויפגעשטעלט איבער די גאנצע וועלט, און אין די זעלבע צייט ליגט א פליכט צו פארברייטערן די אלע פעולות מיטן אויפשטעלן נאך בתי מדרשים, נאך בתי חינוך, מרבה צו זיין מיט גמילות חסדים, און גיין אין זיינע דרכים אין אלע ענינים.


באזונדער האט דער רבי ארויסגעברענגט לשבח און זיך ווארעם באדאנקט פאר די חשובע נגידים וועלכע האבן מנדב געווען דעם ריזן סכום פון א מיליאן דאלער פאר קרן הצלה וואס דער רבי האט איבערגעגעבן פאר די חברי הבד"ץ ביי די נסיעה אין ארה"ק, און מעורר געווען ווייטער שטיצן מוסד הק' קרן הצלה וואס די בעל הנס האט אויפגעשטעלט בשארית כוחו.


דערנאך האט די רבי מעורר געווען שטארקע דברי הדרכה בעניני צניעות און ארויסגעברענגט לשבח פון די נייע תקנה אין די בית רחל אין וויליאמסבורג צו איינשטעלן די ספעציעלע צניעות'דיגע בגדים פאר אלע תלמידות, דער רבי האט ממשיך געווען ארומרעדענדיג איבער די שווערע מצב פון די טייערע דירות אין וויליאמסבורג ווי מען צאלט ריזיגע סכומים פאר א קליינע דירה, און דאס איז חוץ די רוחניות'דיגע פראבלעמען, און שטארק אנגעזאגט אז עס איז געקומען די צייט זיך אוועקצוציען צו אנדערע מקומות! און עס ליגט א פליכט אויף די עלטערן צו מחזק זיין די קינדער זיך אוועקצוציען פון וויליאמסבורג, און דער רבי האט מחזק געווען די תקנה פון די דירות פרייזן אין קרית יואל און שטארק אויפגעפאדערט אז קיינער זאל נישט צאלן מער ווי דריי הונדערט דאלער א סקווער פיס אין קרית יואל, און צוויי הונדערט פיפציג דאלער אין קרית יואל המורחבת, און דער רבי האט געזאגט אז ווען מען מופט אריבער צו קרית יואל המורחבת זאל מען נעמען אין אכט די טייערע סקול טעקסעס מיט די אנדערע טעקסעס וואס קומט צו, און זיך נישט לאזן פארנארן פון די מעקלערס וואס פארציילן דאס נישט.


דערביי האט דער רבי מעורר געווען אז די שטאט קרית יואל און די זעלבע קרית יואל המורחבת האט די רבי זי"ע אויפגעשטעלט אז מען זאל האבן א אפגעטיילטע פלאץ פון אנדערע דעות בעניני השקפה און עס ליגט א פליכט אויף אונז דאס אפצוהיטן, און עס טוט זייער וויי אז עס זענען דא מענטשן וואס טוהן פעולות אהינצוברענגען פרעמדע קהילות וואס פארמאגן א אנדערע השקפה ווי אונז בעניני התבדלות פון טומאת הציונית, און זיי זאלן וויסן אז די רבי זי"ע איז זייער מקפיד אויף דעם ויהא זהיר בגחלתן.


 דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט איבער די דערהויבענע מסע הקודש אין ארה"ק, און ארומגערעדט בשבח פון די נוסעים וועלכע זענען געפארן מיט א דערהויבנקייט און ערנסטקייט, און א גרויסע טייל זענען געפארן נאר צו רבי שמעון און אהיים, און נישט געפארן אויף קיין שום אנדערע פלעצער, דער רבי האט ממשיך געווען ארומרעדענדיג איבער די חשיבות פון הקהילה והמוסדות אין ארה"ק כולו נאה וכולו יאה, אזוי אויך האט מען מיטגעהאלטן פערזענליך די ביטערע מצב פון די גזירה פון גיוס בני ישיבות און מען האט געהערט די פחד פון די בחורים, אינגעלייט, און זייערע עלטערן, צווישן אנדערע פילע בחורי ואנשי שלומינו, און די מצב ווערט נאר שווערער און ערגער ה"י, די איינציגסטע אדרעס ווי מען ווענדט זיך איז מרכז עזרה ויועץ און מען וואונטשט זיי גרויס הצלחה ביי זייערע פעולות לטובה.


 אין די זעלבע צייט האט די רבי באטאנט די ווייטאג אז עס זענען דא אזעלכע וואס ארבעטן צו מאכן פשרות אין דעם נושא, און מען האנדלט מיט אידישע נפשות! זה חי וזה ימות, און עס ליגט א פליכט אויסצושרייען א זעקה גדולה ומרה און מען האפט און מען בעט זיי ח"ו נישט צו מאכן קיין פשרות ווייל אפילו נאר רעדן פון פשרות מאכט שוואך און קאלט די שוואכערע חלק כלל ישראל, און מען איז מתפלל אבינו מלכינו הפר עצת אויבינו, אזוי אויך האט דער רבי מיטגעטיילט זיין פערזענליכע עדות איבער די אמעריקאנע בחורים וואס לערנען אין ארץ ישראל ווי זיי דרייען זיך אויף די גאסן בייטאג און ביינאכט און דאס קומט פון א תוצאה פון אוועקשיקן די בחורים יונגערהייט צו אנדערע ישיבות וואס דאס ברענגט אז ווען מען ווערט עלטער פארט מען לערנען אין ארץ ישראל, והחכם עיניו בראשו.


דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט בשבח המוסדות הקדושים אין וויליאמסבורג און פון די הנהלת המוסדות וועלכע שטייען בראש און שאפן די גרויסע געלטער, און דער רבי האט דערמאנט לשבח די חשובע משפחת ריספלער החשובה וועלכע האבן זיך אינטערגענומען אויפצובויען די נייע בנין הבית רחל וואס איז שוין די דריטע בנין וואס זיי זענען מנדב און דער רבי האט זיי אנגעוואונטשן ברכות לרוב, און מסיים געווען בברכת קדשו פארן גאנצן ציבור.


נאך די דברות קודש האט מען געזינגען ניגוני שמחה לרגל די שבע ברכות בחצר הקודש, מיטן בענטשן האט די רבי מכבד געווען די אורח הכבוד הגה"צ גאב"ד רמת שלמה שליט''א, און מיט די שבע ברכות גיסו הגה"צ גאב"ד סאטמאר בארא פארק שליט''א, אויפ'ן וועג ארויס האט זיך די רבי באדאנקט פאר די עסקנים וועלכע האבן ארויס געהאלפן למען הצלחת המעמד, און פון דארט איז די רבי אהיים געפארן לביתו נאוה קודש קיין קרית יואל.


נאך די מעמד האט א ריזן פלאטע פון צענדליגער באסעס אהיימגעפירט דעם גאנצן פארזאמעלטן ציבור, אנגעשעפט מיט באגאזשן פון חיזוק און התעלות, פון די הייליגע שעות של התרוממות וואס מ'האט מיטגעלעבט במקהלות רבבות אלפי ישראל, און די יסודות'דיגע הדרכות לחיזוק הדת.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page