top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הערליכע שבע ברכות אין קרית יואל לרגל השמחה הרוממה במעונו פון האד' מסאטמאר

  • Bechatzros admin
  • לפני 6 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' מקץ • כ''ו כסלו - ב' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

אין ביהמ"ד הגדול ד'קרית יואל איז פאריגע וואך זונטאג אוונט אפגעהאלטן געווארן די שבע ברכות רבתי צוגעשטעלט דורך קהל יטב לב לכבוד די גרויסער שמחה במעון הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, לרגל די חתונה פונעם ערשטן אור אייניקל ביים רבי'ן, זייענדיג א געלעגנהייט פאר תושבי קרית יואל זיך מיטצופרייען בשמחתו הגדולה.


צו די באשטימטער צייט איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול ווערנדיג אנטפאנגען לקול תרועת הזמר, דער רבי איז געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט און דערנאך זיך געוואשן צום סעודת שבע ברכות.


במשך די שבע ברכות האט מען געזינגען פילע ניגוני שבח והודאה ושמחה, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו מראה"ק וועלכע האט ארויסגעברענגט די הרגשים פון די חברי הקהילה מיט די גרויסע שמחה במעונו פונעם רבי'ן שליט"א און הגה"צ אב"ד ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א, און דערנאך אויפגערופן דער וויליאמסבורגער רב שליט"א אויפצוטרעטן מיט דברי תורה וברכה לכבוד די שמחה.


דער רב שליט"א האט אינצווישן זיינע ווערטער ארומגערעדט בשבח פון די תושבי קרית יואל און די זכי' וואס זיי האבן זיך צו מסתופף זיין בצל הקודש פון מר אביו די רבי שליט"א תמידין כסדרן יעדע שבת ובפרט די געהויבענע ימים טובים, און דערנאך ארומגערעדט בשבח פונעם חשוב'ן חתן און פונעם מחותן חתנו הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פארן רבי'ן שליט"א עוד ינובין בשיבה עד ביאת גואל צדק.


מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן, דער רבי האט משמיע געווען דב"ק צום ערשט בדברי דרוש בעניני נישואין און משלב געווען יו"ט חנוכה מיט נישואין, דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען מיט דברי הכנה והתעוררות צום יו"ט חנוכה און מעורר געווען צו לערנען ספר בני יששכר אויף חנוכה אלס הכנה דרבה, און געזאגט אז די יו"ט איז גאר אנדערש נאכן לערנען אזא הייליגע ספר בני יששכר!


דער רבי האט מסיים געווען בדברי שבח צו הקב"ה אויף די גרויסע שמחה פון חתונה מאכן א דור רביעי למז"ט, און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור אז יעדער זאל זוכה זיין צו חתונה מאכן א דור רביעי און זיך משתתף זיין בבריאות השלימות, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.


מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען די זיידע הגה"צ רבי יחזקאל גלאנץ שליט"א מבארדיוב, ברכות ראשונות: הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א, און ברכה אחריתא: הגה"צ אב"ד ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א, נאכן בענטשן מען זיך ווידער אויפגעשטעלט אויף א ריקוד און מען האט ארויסבאגלייט דעם רבי'ן שליט"א בשירה וזמרה.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page