top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

לא יכבה נרו: היסטארישע מנורה פון הרה"ק בעל אהבת ישראל מוויזניץ זי"ע אנגעקומען צו נכדו האד' מתולדות מרדכי וויזניץ

  • Bechatzros admin
  • לפני 3 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פ' מקץ • כ''ה כסלו - א' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

בחצר הקודש תולדות מרדכי וויזניץ, האט מען מיט גרויס התרגשות מיטגעהאלטן די מעמד הדקלת נר א' דחנוכה ווען כ"ק אדמו"ר מתולדות מרדכי וויזניץ שליט"א האט געצינדן די חנוכה ליכט אין די היסטארישע מנורה פון זקינו הרה"ק בעל אהבת ישראל מוויזניץ זי"ע.


די היסטאריע פון דעם ירושה מנורה גייט צוריק באלד הונדערט יאר, ווען הרה"ק בעל אמרי חיים מוויזניץ זי"ע האט איר געירשנט נאך די הסתלקות פונעם פאטער דער אהבת ישראל, און ווייטער געצינדען אין דעם די חנוכה ליכט ביזן קריג. 


נאכן מלחמה ווען דער אמרי חיים האט זיך געפונען אין פאריז און האט נישט געהאט דאס געלט צו באצאלן די שפעזן צו פארן קיין ארץ ישראל, האט ער בלית ברירה פארקויפט דעם מנורה פאר א שאצער אייניקל, פון די צאצאים פונעם אהבת ישראל. לויטן חשבון, האט שוין דער אמרי חיים דעמאלט געירשנט די הייליגע מנורה פון הרה"ק רבי פינחס קאריצער זי"ע נאך די הסתלקות פון זיין ברודער הרה"ק בעל דמשק אליעזר מוויזניץ זי"ע וואס האט נישט איבערגעלאזט קיין דורות, און האבנדיג אין באזיץ צוויי מנורות, האט דער אמרי חיים באשלאסן צו פארקויפן די מנורה פון זיין פאטער, כדי צו קענען פארן קיין ארץ ישראל.


די מנורה איז ווייטער אריבער בירושה צו א איד אין לאס אנדזשעלעס וואס האט עס נישט לאנג צוריק פארקויפט פאר א נגיד אין לעיקוואד, וועלכע איז א נאנטע מקורב ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות מרדכי וויזניץ שליט"א, און האט מכבד געווען דעם רבי'ן צו צינדן אין דעם מנורה די ערשטע נאכט חנוכה.


דער רבי שליט"א איז געווען מלובש מיטן קאלפיק פון זקינו הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זצ"ל און האט געצינדן די נרות בשלהבת אש קודש אין דעם היסטארישן ירושה מנורה פון זיינע זיידעס הרה"ק בעל אהבת ישראל און בעל אמרי חיים מוויזניץ זכותם יגן עלינו, וואס אצינד הוחזרה לאכסניא שלה.


נאכן מעמד הדלקה האט זיך דער רבי אינטערסירט ביים נדיב איבער די השתשלשות הדברים ווי אזוי די מנורה איז אנגעקומען אין זיין באזיץ און אים הערצליך באדאנקט אויף די געוואלדיגע זכיה צו קענען צינדן אין די הייליגע מנורה פון אבותיו הק' ולמעלה בקודש.


ree
ree

bottom of page