top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שרי בית הסוהר: הויכראנגיגער ווארדען פון אוטעסוויל טורמע אויפגענומען דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א

  • Bechatzros admin
  • לפני 12 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

מוצאי שב"ק פ' וישב • כ''ג כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

דעם פארגאנגענעם זונטאג נאכמיטאג איז אנגעקומען אויף אן אפציעלער באזוך אין קרית יואל דער "ווארדען" - די הויפט אויפזעער פון די "אוטעסוויל טורמע" אינאיינעם מיט א צאל הויכראנגיגע באאמטע פון די תפיסה.


דאס קומט נאך דער באזוך וואס כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט אפגעהאלטן מיט עטליכע וואכן צוריק אין די אוטעסוויל טורמע צו באזוכן אחינו בני ישראל יושבי חושך וצלמות וועלכע שמאכטן ליידער דארט אין טורמע. דער רבי שליט"א האט דאן געלאדענט די הויפט־אויפזעער פון די תפיסה, אויף א באזוך אין שטאט קרית יואל, צו זען פון די נאנט די קולטור פון היימישע

אידן, וויאזוי זיי לעבן אינאיינעם אויף אזא הויכן סטאנדארט, א פלאץ ווי מען הערט נישט קיין שום קרימינאלע פארברעכנס, אין קעגנזייט פון די גוי'אישע געגענטער ווי די מציאות איז פונקט פארקערט.


דער "ווארדאן" אינאיינעם מיט נאך הויכראנגיגע באאמטע פון די תפיסה, זענען ארומגעפירט געווארן לענגאויס דער שטאט דורך די עסקנים פון קרית יואל אין שפיץ פון העסקן ר' גדלי' סעגעדין הי"ו מראשי העיר, ווי זיי האבן באזוכט אין די בנין המתיבתא, אינעם בנין מבצר הכוללים, און אינעם בית חינוך לבנות בית רחל ווי ער האט אויפגעטרעטן מיט ווערטער פאר די תלמידות, און א באזונדערע באזוך אינעם "אשת חיל" קימפעטארן היים, און נאך פארשידענע בניני הקהלה.


דערויף איז מען אנגעקומען אויף א באזוך בביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, אינאיינעם מיט די  לאנגיעריגע עסקנים למען אסירי ישראל יושבי חושך וצלמות, ה"ה ר' משה מארגארעטן פון צדק, ר' משה יוסף ווערטהיימער, ר' שלמה אבראמאוויטש, און הרב אברהם יהושע פריינד מנאסויד.


די רבי שליט״א האט אויפגענומען די פעדעראלע באאמטע מיט א געוואלדיגע הערצה און פריינטליכקייט, און זיי מכבד געווען צו זיצן בשולחן מלכים בכבוד הראוי. 


אנהייב האט דער ווילעדזש אדמיניסטראטאר הרה״ח ר׳ גדלי׳ שליט״א איבערגעגעבן פאר מרן רבינו שליט״א א גענויע באריכט פונעם טאג ביז אהער, איבער די רייכע באזוכן אין די בניני מתיבתא, מבצר הכוללים און בית רחל, די נקודות ביי די אויפטריטן, די איינדרוקן פונעם באזוך ארום די שטאט, און ווי דער ווארדען האט זיך אויסגעדרוקט נאכן ארויסקומען פונעם מבצר הכוללים, אז אויף די נידריגע צאל ארעסטאנטן פראפארציאנעל קעגן סיי וועלכע אנדערע קאמיוניטי, זעט זיך שוין איינמאל אן דאס אלעס.   


דער באזוך האט געדויערט ארום 40 מינוט, ווי דער סאטאמרער רבי האט דערביי אויסגענוצט די געלעגנהייט און משתדל געווען צו פארלייכטערן דעם מצב פון די אידן אין תפיסה, מיט וואס נאר מעגליך.


במיוחד האט דער רבי שליט"א געבעטן פונם ווארדאן וואס ער האט שוין געהאט פארגעשלאגן ביי זיין באזוך אין טורמע, אז מען זאל געבן די געלעגנהייט פאר די ארטיגע אידן ארויסצוקומען כאטש אויף איין שבת אדער זעלטענע שמחות אין די טערמינען איידער זייער באפראייונג, אלס א חלק פון די אנגענומענע פראגראמען, צו געבן די געלעגנהייט פאר אראסטירטע זיך צוצוגעוואוינען צו א געווענליכער לעבנסשטייגער, וואס וועט זיין א טובה פאר יעדן איינעם.


באזונדער האט דער רבי שליט"א שטארק געבעטן אז מען זאל זיכער מאכן אז די אידישע ארעסטאנטן באקומען געהעריג כשר צו עסן א זאך וואס איז לעצטנס געווארן גאר שטארק נאכגעלאזט אינעם טורמע, דער ווארדען האט פארשפראכן פאר'ן רבי'ן שליט"א זיך בעסער צוצושטעלן פאר די אידישע אינטערעסן, און ווי מ'האט שפעטער צוריקגעהערט, האט דער ווארדן אנגענומען דעם פארשלאג פונעם רבי'ן שליט"א, פרייצולאזן די ארטיגע אידן אויף א באשטימטן זמן, וואס איז אויפגענומען געווארן מיט גרויס דערלייכטערונג דורך די אידן און זייערע משפחות.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page