top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

תלמידים ויוצאים פון ישיבת סלאבאדקע מקבל פנים געווען ראש הישיבה הגרמ"ה הירש ביי מעמד "בצלו" אין בארא פארק

  • Bechatzros admin
  • לפני 3 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

מאנטאג פ' מקץ • כ''ה כסלו - א' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: JDN

תושבי בארא פארק און פילע תלמידים ומעריצים פון דער בארימטער סלאבאדקע ישיבה זענען ארויסגעקומען אין די מאסן ביים געהויבענעם מעמד וואס איז פארגעקומען פארלאפענעם דינסטאג וישלח, און האבן מקבל פנים געווען בהדרת כבוד דעם חשובן גאסט פון ארץ ישראל, הגאון הגדול רבי משה הלל הירש שליט״א ראש ישיבת סלאבאדקע, און פון די פירנדע מנהיגים פון די יהדות החרדית בארץ הקודש.


דער ראש ישיבה שליט״א איז אנגעקומען קיין אמעריקע פארלאפענע וואך, צו באשיינען א רייע כינוסים און מעמדים מיט די תלמידים ויוצאי הישיבה. דער ערשטער וואך האט דער ראש ישיבה געוויילט אין לעיקוואד וואו ער האט אויפגעטרעטן מיט א רייע שיעורים בהיכלי הישיבות והכוללים.


דינסטאג נאכט איז אפגעהאלטן געווארן א גרויסער מעמד קבלת פנים לכבודו אין הארץ פונעם עיר ואם בישראל בארא פארק, אין די נייע פראכטפולע זאל "אולם דוד שארף", וואו א ריזן ציבור האט זיך צונויפגענומען פון נאנט און ווייט ארויסצוצייגן דעם כבוד התורה מיט אירע שענסטע קאלירן. דער ראש ישיבה האט משמיע געווען דברי ברכה לכל העם הנאספים, און א ספעציעלע שמועס האט מען געהערט דורך א לייוו הוקאפ, פון ידידו ורעו הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט״א ראש ישיבת סלאבאדקע, ממעון תורתו אינעם עיר התורה בני ברק.


דער מעמד איז באגלייט געווארן בשירה וזמרה לכבודה של תורה, דורך די בארימטע וויזניצע קאפעליע און טאלאנטפולע בעלי מנגנים. אלס נואם הכבוד האט אויפגעטרעטן הגאון רבי אלי׳ בראדני שליט״א ראש ישיבת מיר פלעטבוש, און ביים סיום המעמד איז געווען א געלעגנהייט צו באשטעלן אן אוידיענץ אריינצוגיין זיך דורכרעדן מיטן ראש ישיבה און נהנה זיין עצה ותושיה.

bottom of page