top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מישועת יעקב סקולען נעמט אונטער נסיעה קיין ארה"ק צו באזוכן מוסד "חסד לאברהם" אין מירון תחת נשיאותו

  • Bechatzros admin
  • לפני 3 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' מקץ • כ''ו כסלו - ב' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

מיט גרויס רגש ווערט אויפגענומען ביי חסידי ואוהדי בית סקולען אין ארצינו הקדושה איבער א נסיעה רוממה וואס ווערט אונטערגענומען דורך כ"ק אדמו"ר מישועת יעקב סקולען שליט"א קיין ארץ ישראל, צום ערשטן מאל נאכ'ן איבערנעמען די כתר האדמורו"ת.


די מטרה פון די נסיעה איז לראות בשלום הצאן, צו באזוכן דעם מוסד הק' "חסד לאברהם" אין אתרא קדישא מירון, וואס שטייט תחת נשיאותו פון אדמור"י בית סקולען, און די רבי שליט"א פערזענליך טראגט דעם מוסד על לוח לבו בכל עת ועונה מיט א מסירת נפש, זייענדיג ממשיך משאת נפשו הטהורה פון זיינע הייליגע זיידעס און מר אביו זי"ע.


ווי באקאנט איז די פארצווייגטע נעץ פון מוסדות חסד לאברהם צעטיילט געווארן צווישן כ"ק מרנן האדמורי"ם לבית סקולען, וועלכע האבן גענומען אויף זיך דעם שווערן עול פון ממשיך זיין בהנהגת המוסדות וואס איז צעשפרייט אין מערערע שטעט ברחבי ארה"ק, ווען דערצו האבן די אדמורי"ם שליט"א מוסיף געווען בקודש מיט'ן עפענען פרישע לאקאלן אין עטליכע שטעט.


אצינד וועט כ"ק אדמו"ר מישועת יעקב סקולען שליט"א אפרעכטן א ספעציעלע נסיעה צו באזוכן דעם מוסד אין מירון וואס שטייט תחת נשיאותו, אין א צייט ווען ס'איז פארענדיגט געווארן א פרישער בנין פאר'ן מוסד, וואס וועט נתחנך ווארן ברוב גיל וחדוה אין שפיץ פונעם רבי'ן שליט"א.


דער רבי וועט ארויספארן דינסטאג ויגש, ממחרת זאת חנוכה, און וועט וויילן אין ארה"ק פאר איבער א וואך, אין לויף פונעם באזוך וועט דער רבי שליט"א אפשטאטן באזוכן בבתי האדמורי"ם און מקבל זיין ברכת קדשם, און אזוי אויך וועט דער רבי פוקד זיין ביי די קברי צדיקים אין גליל, לקראת די חתונה פון א קינד, דעם ווינטער הבעל"ט.


אויף שבת פ' ויגש וועט די רבי שליט"א וויילן אין אתרא קדישא מירון און פראווענען דעם שבת אויף א פריוואטער פארנעם אינעם מוסד חסד לאברהם הארט נעבן דעם ציון הק' פון התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי.

bottom of page