top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קורצן נסיעה דורך כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א לקברי אבותיו אין אונגארן

  • Bechatzros admin
  • לפני 7 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פ' מקץ • כ''ה כסלו - א' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

פארגאנגענעם וואך האט כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א אונטערגענומען א בליץ נסיעה קיין אונגארן לרגל די יארצייט פון זקינו הגה"ק רבי שמואל יונגרייז זצ"ל אב"ד סעטשע, פאטער פון הגה"ק בעל מנוחת אשר מטשענגער זי"ע וואס איז אויסגעפאלן כ"א כסלו.


דער רב שליט"א און די פמליא האבן געלאנדעט אין בודאפעסט מיטוואך ביינאכט, מען איז באלד ארויסגעפארן קיין סעמיהאלי צום ציון הק' פונעם מהרש"ג זצ"ל אבד"ק סעמיהאלי, רבו מובהק פונעם מאקאווער רב זצ"ל, דערנאך האט מען ממשיך געווען קיין קאליב ווי מען האט פוקד געווען ציון קדשו פון הרה"ק רבי אייזיקל קאליבער זי"ע, און דערנאך זיך געוואשן צו א סעודה אינעם ארטיגן בנין הכנסת אורחים לרגל די יארצייט פונעם סעטשע רב זצ"ל, פון דארט איז מען געפארן קיין ''טיסא פירעד'' צום ציון פון הגה"צ רבי משה יונגרייז זצ"ל בעל מנוחת משה, א זון פונעם טשענגער רב.


צופרי איז מען אנגעקומען קיין דאראג וואו דער רב שליט"א איז געגאנגען אין מקווה און מען האט געדאווענט שחרית אינעם ארטיגן בנין הכנסת אורחים. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א שולחן לחיים און מען איז ארויף צום ציון הק' פון הרה"ק בעל אמרי שפר מדאראג זי"ע.


דערנאך האט מען ממשיך געווען צו די קברי אבות אין פאלגאר מקום מנוחתו פון הגה"צ רבי מנחם מענדל לעמבערגער זצ"ל פאטער פונעם עטרת משה, אין טשענגער ביים זיידן הגה"ק בעל מנוחת אשר זי"ע, און אין סעטשע ביים בעל ההילולא וואו דער רב שליט"א האט א לענגערע צייט מתפלל געווען לישועתן של ישראל, פון דארט האט מען זיך ארויסגעלאזט קיין בודאפעסט צום לופטפעלד אויפן וועג צוריק אהיים קיין ארץ הקודש.


ליל שישי האט דער רב שליט"א געלאנדעט אין די לוד לופטפעלד און איז תיכף אריינגעפארן קיין בני ברק וואו ער האט איבערגעגעבן די וועכנטליכע שיעור אין מאקאווא ביהמ"ד אין שטאט.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page