האד' מפינסק קארלין רעכט אפ הילולא קדישא פון הרה" ק רבי יוחנן מסטאלין זי''ע באתרא דמר אין עיה"ק טבריה
- Bechatzros admin
- לפני 6 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
דינסטאג פ' מקץ • כ''ו כסלו - ב' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: א.פ.ק
חסידי פינסק קארלין האבן מיט רגשי קודש אפגעראכטן די יומא דהילולא פון הרה''ק רבי יוחנן מסטאלין זי''ע באתרא דמר אין שטאט טבריה במחיצת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א, בעיצומו של יום דאנערשטאג כ"א כסלו העעל"ט.
אין די פארמיטאג שעה'ן אנקומענדיג קיין טבריה האט די רבי געדאווענט מנחה ביים קבר רבי מאיר בעל הנס, און אנגעצינדן דעם נר תמיד ביים ציון הק', דערנאך איז די רבי שליט''א אנגעקומען אויפן איר אלטן בית חיים אין טבריה פוקד צו זיין דעם ציון הק' בראש קהל חסידיו.
היות דער רבי איז א כהן, איז ער ארויף צום דירה פון הנגיד רבי איסר בריסק הי"ו מחשובי חסידי בעלזא קעגן איבער דעם בית החיים, און מיטגעהאלטן די מעמד תפילת רבים אויפן טאראסע און מיטגעזאגט די מזמורי תהילים מיט די חסידים וועלכער האבן זיך געפינען ביים ציון הק', דערנאך האט די רבי שליט"א קובע געווען א מזוזה אין די נייע דירה און אפגעראכטן א שולחן לחיים מיטן בעל האכסניא ובני משפחתו.
נאכן עלייה לציון האט די רבי שליט''א מעריך געווען שולחנו הטהור לכבוד היום אין א זאל אין שטאט טבריה נישט ווייט פון קבר רבי מאיר בעל הנס. אין לויף פונעם סעודה האט די רבי משמיע געווען דברות קודש מאמרותיו הטהורות פונעם בעל ההילולא און דערציילט עובדות ועניינים שונים.
דערנאך האט די רבי מכבד געווען די חשובי וזקני העדה צו דערציילן עובדות און זכרונות הוד קדומים מכלי ראשון למען ידעו דור אחרון צדיק מה פעל, באזונדער האט די רבי מכבד געווען הגאון רבי יצחק דוד גראסמאן דער רב פון מגדל העמק צו דערציילן זכרונות מימי קדם וואס ער האט אליין צוגעזעהן ביים בעל ההילולא, און וואס ער האט מקבל געווען מבית אבא הגה"צ רבי ישראל גראסמאן זצ"ל ראש ישיבת פינסק קארלין וואס איז נאך נתמנה געווארן דורכן בעל הילולא אלס ראש הישיבה אין קארלין. די רבי שליט"א האט דערנאך מכבד געווען דער רב פון מגדל העמק מיט ברכת המזון על הכוס.
פון דארט איז די רבי שליט''א ארויסגעפארן מיט די חסידים קיין אתרא קדישא מירון כמידי שנה בשנה. מען האט דארט געדאווענט מעריב ביים ציון הק' און די רבי האט אפגעשוירן די ילדי חאלאקע אינעם חצר המערה, און דערנאך אנגעצינדן א מדורת אש לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי נאכגעפאלגט מיט א מסיבת לחיים און ריקודין של שמחה, ביי וועלכן די רבי איז געטאנצן מיט די ילדי החאלאקע.
די רבי שליט"א איז פארבליבן אויף שבת אין אתרא קדישא מירון און כמנהגו געדאווענט אלע תפילות אינעם מערה. שלש סעודות האט די רבי געפראוועט ביים מתחם הציון אינאיינעם מיט א עדה חסידים, וואו די רבי האט געזאגט תורה און ארומגעשמועסט בגודל קדושת המקום. נאך שבת האט זיך דער רבי צוריקגעקערט למעון קדשו אין ירושלים לקראת די ימי החנוכה.































































