top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הונדערטער סאטמארער חסידים בני ציון מיטגעהאלטן מעמד הודאה לרגל כ"א כסלו בקרתא דשופירא אין ירושלים עיה"ק

  • Bechatzros admin
  • לפני 9 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג פ' וישב • כ''א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

מיט גרויס פרייד און התרגשות האבן סאטמארער חסידים בקרתא דשופריא און פילע בני ציון היקרים געפייערט די געהויבענע מעמד חגיגת הצלה כ"א כסלו, לרגל די יום ההצלה והשחרור כ"א כסלו, ווען הרה"ק מסאטמאר זי"ע איז געראטעוועט געווארן מגיא צלמות, וואס איז געפראוועט געווארן אינעם גרויסן היכל אין קרית ויואל משה אין שפיץ פונעם געהויבענעם גאסט הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א וואס איז געקומען צופארן קיין ארצינו הקדושה אויף א קורצע באזוך בקרב הקהילה, וואס עינו ולבו שם כל הימים.


ארום אכט אזייגער אויפדערנאכט איז געעפנט געווארן די פראגראם, ווען א רייע בעלי דרשנים האבן ארומגערעדט במשנתו פונעם בעל הנס הרה"ק מסאטמאר זי"ע, און די געוואלדיגע חיוב צו ווייטער ממשיך זיין די הייליגע ירושה, און מכיר טובה זיין פארן רבי'ן מיטן שטיצן די מוסדות הקדושים אויף זיין אויסגעטראטענעם דרך.


דערויף איז דער רב שליט"א אריינגעקומען אין זאל, בשעת די גאנצער ציבור הייבט זיך אין לעבעדיגע ריקודין חסדי ה' כי לא תמנו, און די ניגון בך בטחו בעוז ותעצומות, א לענגערע צייט האט מען געטאנצן אינאיינעם, געדאנקט און געלויבט דעם אויבערשטן אויף די גרויסע חסדים וואס מ'האט זוכה געווען אין דעם הייליגן טאג.


בשעתן מעמד האבן באשיינט מערערע גדולי ישראל און די מנהיגי היישוב הישן, ובראשם דער פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, די שרי התורה חברי ביד"ץ העדה החרדית, הגאון האדיר רבי יהושע דוד טורטשין מנהיג קהילת הפרושים, האדמור"ים מפינסק קארלין, משכנות הרועים, סקולען ירושלים, קרעטשניף סיגעט, הגה"צ ראש ישיבת תולדות אהרן שליט"א בשליחות אחיו הגדול האדמו"ר מתולדות אהרן, הרה"צ רבי בעריש קאהן בנו הצעיר פון האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק, בשליחות הקודש און נאך פילע רבנים ודיינים יושבים על מדין.


די משא המעמד, איז געהערט געווארן פונעם רב שליט"א וועלכער האט איבערגעגעבן א הארציגן גריס פון אביו הגדול דער סאטמארער רבי שליט"א און גערעט בשבח פון די קהילה וואס האלט אין איין מרחיב זיין די גבולים אויף אלע פראנטן, בפרט אין עיר הקודש טבריה וואו מען גרייט זיך צו גרינדן א נייע סאטמארער ישוב מיטן אויבערשטנס הילף.


דער רב שליט"א האט ארויסגעברענגט די געוואלדיגע חיוב צו מחזק זיין די שיטה הקדושה פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע, און דערנאך זיך באצויגן צו די ביטערע מצב אין ארצינו הקדושה מיטן גזירת גיוס בני הישיבות. ער האט באטאנט דעם חיוב וואס ליגט אויף יעדער יחיד צו קעמפן קעגן די שווערע גזירה במסירות נפש אויף אלע מעגליכע אופנים.


דער מעמד איז געקומען צום קלימאקס ביים ענדע פון די דרשה ווען דער פילקעפיגער ציבור האט זיך אויפגעשטעלט אפצוגעבן דעם פאסיגן כבוד והערכה פאר די אסירי ציון די אברכים יקרים וואס זענען הערשט יעצט באפרייט געווארן נאכן שמאכטן לאנגע חדשים אין טורמע, ווערנדיג ארעסטירט אלס עריקים ביים עצרת מחאה קעגן די חילולי קברים אין יאהוד.


זיי זענען אנטפאנגען געווארן מיט טענץ און געזאנג "בשלטון הכופרים אין אנו מאמינים ובלשכותיהם אין אנו מתייצבים", ווען דער ציבור האט זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודים מלא שמחה והתעלות לכבודם וואס די גיבורי החיל וואס האבן זוכה געווען מקדש צו זיין שם שמים ברבים.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page