שיינעם שמחת השבע ברכות פון נכדת האד' מסקווירא אין שיכון סקווירא
- Bechatzros admin
- לפני 6 שעות
- זמן קריאה 1 דקות
מוצאי שב"ק פ' וישב • כ''ג כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יוסי גאלדבערגער, JDN
א שיינע שבע ברכות איז אפגעראכטן געווארן לרגל די חתונה הגדולה בשמחת בית סקווירא, צוגעשטעלט דורכ'ן זיידן מצד החתן הגה"צ רבי אברהם משה גראס אבד"ק קערעסטיר בערבעשט אין איינע פון די זאלן אין סקווערער שטעטל בהשתתפות פונעם געהויבענעם זיידן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א. עס האבן אויפגעטרעטן מיט דרשות די פעטער הגה"צ רבי מענדל גאלד אבד"ק לובלין, פון הרה"ג ר' ישי ליבערמאן אבד"ק למטה יששכר און פון די רבני הכשרות פון התאחדות הרבנים ווי די זיידע די קערעסטירער רב שליט"א שטייט בראש פון די עניני כשרות מטעם די סקווערער הויף. במשך די שמחה האט זיך משתתף געווען הגה"צ אבד"ק סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א וועלכער האט מיטגעהאלטן די שבע ברכות א לענגערע וויילע.












