top of page
האד' מבאבוב 45 וועט פראווען שבת מיוחדת אין די HCS רעזארט פאר נדבנים פונעם נייעם גיגאנטישן קעמפ "מחנה באבוב-45"
זונטאג פ' במדבר • כ''ג אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש הונדערטער חסידי באבוב־45 גרייטן זיך מיט א הכנה דרבה מיטצוהאלטן דעם געהויבענעם שבת וואס כ"ק אדמו"ר מבאבוב־45 שליט"א וועט פראווען אויף די קעטסקיל בערג קומענדיגע שב"ק פרשת במדבר, וואס וועט זיין א געהויבענע געלעגנהייט זיך מסתופף צו זיין בצל הקודש אויף א פריוואטן פארנעם. דער רבי שליט"א האט אונטערגענומען צו פראווען דעם געהויבענעם שבת צוזאמען מיט די תומכים ומחזיקים פון די הייליגע מוסדות, לרגל דעם מגבית אדירה וואס איז אין די טעג געלאזט


נועם הנשמות: בוני בעלזא מיטגעלעבט היסטארישע שבת "היכלא דמלכא" בראשות האד' מבעלזא מול מקום המקדש
דאנערשטאג פ' בהר בחוקתי • כ' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אנשיל בעק, יהושע פרוכטר וא.מ.ש. די שפראך איז צו ארעם צו קענען אראפגעבן די רגשי עילאה וואס פלאטערט ביי די נגידי ובוני ממלכת הישיבות בעלזא וועלכע האבן געהאט די זעלטענע זכי' מיטצולעבן די היסטארישע שבת "היכלא דמלכא", בראשות רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, וועלכער איז אין אן ערשטמאליגע שריט ארויס מגדרו און אפגעראכטן א שבת מיוחד אינאיינעם מיט די נדיבים בעם, וועלכע טוען ביישטייערן די פאנטאסטישע סכומים פאר'ן


אלפי תושבי וויליאמסבורג ביי ריזיגער כולל שומרי החומות דינער ליל פסח שני בראשות מרנן ורבנן נשיאי הכולל ומנהיגי הקהלות
מיטוואך פ' בהר בחוקתי • י"ט אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש אלפי תושבי וויליאמסבורג, זענען נאך אונטער דער רישומא קדישא פון דעם געהויבענעם מעמד נהדר בקודש, “צדקת אבותינו", וואס איז אפגעראכטן געווארן דעם פארלאפענעם דאנערשטאג אמור העעל"ט, ליל פסח שני, אין די זאלן פון "קאנטינענטאַל", וואו המוני תושבי העיר האבן זיך פארזאמלט, ״להמשיך מסורת אבותינו״, און דערביי גענאסן פון לאנגע שעות תענוג רוחני, פאר'ן עתיד פון "ממלכת שומרי החומות" בארה"ק. בראש הנאספים האבן זיך אנגעזעהן ביים מעמד די גדולי


תמכין דאורייתא לעבן מיט היסטארישער שבת מיט'ן פאר הדור הגה"צ ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א אין עיר העתיקה טבריה
מאנטאג פ' בהר בחוקתי • י"ז אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך א היסטארישער שבת איז אריבער אויף א קבוצה נכבדה פון נגידי ותומכי דאורייתא וואס האבן זוכה געווען מיטצולעבן א שבת נועם הנשמתו בצלא קדישא פונעם פאר הדור הגה"צ ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א, וואס איז אין אן ערשטמאליגע שריט ארויסגעפארן פראווען א שבת אינאיינעם מיט נגידים ותומכים, בעיר העתיקה טבריה, זייענדיג א חטיבה אחת פון קדושה עילאה און הייליגע מאמענטן פון נועם השבת כשהמלך בשדה, אויסשליסליך מיט די נדיבים


נקראים אל המלך: האד' מסאטמאר פאררופט אסיפות עסקנים לקראת אלוועלטליכע קאמפיין לטובת מוסדות יטב לב בארה"ק
מאנטאג פ' בהר בחוקתי • י"ז אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש אין בעפארברייטונג צום אלוועלטליכן קאמפיין לטובת מוסדות יטב לב בארה"ק האט זיך די היינטיגע וואך אנגעהויבן די קייטן פון די אסיפות "שרי אלפים", וואס ווערן פאררופן דירעקט און פערזענליך דורך'ן מנהיג העדה הקדושה, כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א פאר די שליחי הקודש די עסקנים וואס וועלן זיך מאביליזירן צו שאפן די נדבת הלב צווישן חסידי סאטמאר לטובת דעם קאמפיין. די ערשטע דערפון איז פארגעקומען דעם מאנטאג ביינאכט אין קרית יואל, און נאכגעפאל


עלעגאנטע "כינוס נדיבים" פאר תומכי מוסדות פאפא מאנסי אין שפיץ פון נשיא המוסדות האד' מפאפא
דאנערשטאג פ' אמור • י''ג אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש פארלאפענעם דינסטאג איז אפגעהאלטן געווארן א עלעגאנטע מסיבה לטבות מוסדות פאפא מאנסי, וואו עס האבן זיך צונויפגעזאמלט א קבוצה נכבדה פון נגידים און תומכים, וואס דינען אלס דער פינאנציעלע רוקנביין פאר די מוסדות הקדושים דחסידי פאפא אין שטאט מאנסי. די ועידה איז פארגעקומען אין שטוב פון הנגיד ר' יוסף גרינוואלד הי"ו פון די חשובע חברי הקהלה און איז געווען גאר הערליך און עלעגאנט צוגערישט לכבוד העם הנאספים, ובראשם האט באשיינט דער נשיא המוסד


הונדערטער תושבי לאנדאן ביי דינער רבתי לטובת "כולל חבת ירושלים" לצדקת רבי מאיר בעל הנס
דינסטאג פ' אמור • י''א אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש הונדערטער חסידים ואנשי מעשה תושבי לאנדאן האבן זיך משתתף געווען בגוף ובממון ביים דינער רבתי לטובת די גאליציאנער כולל "חיבת ירושלים" לצדקת רבי מאיר בעל הנס. דאס קומט נאך זיבן יאר וואס ס'איז שוין נישט געווארן אפגעראכטן א חבת ירושלים דינער אין לאנדאן, צוליב דעם וואס כ"ק אדמו"ר מפשווארסק שליט"א וואס פלעגט יערליך אפרייזן קיין לאנדאן ספעציעל צו באשיינען דעם דינער, איז דאס יאר נולד געווארן דער פלאן צו צוריק מחדש זיין דעם יערליכן גרויסא


קשר אחד: זעקס פרעכטיגע "שותפות'" דינערס דורך איחוד מוסדות באבוב-45
דינסטאג פ' אמור • י''א אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בלום - הילל ל"ש מיט גייסטרייכע הרגשים האבן אלפי חסידי באבוב-45 מיטגעלעבט די אינהאלטסרייכע און אייגנארטיגע יערליכע דינער "קשר אחד" להחזקת המוסדות, וואס איז אויך היי-יאר אהערגעשטעלט געווארן אין א פארמאט פון זעקס קלענערע דינערס, דורכאויס די וואך פון פרשת אחרי קדושים אין די עמינענס זאל אין בארא פארק. זונטאג פאר די אברכים צעירים נאך די חתונה, מאנטאג פאר די אינגעלייט ביז 34 יאר, דינסטאג פאר אינגעלייט ביז 46 יאר,


היסטארישע "שבת לנגידים" אין עיר הקודש טבריה מיט הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א די וואך פ' אמור
מאנטאג פ' אמור • י' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש אין א היסטארישע שריט וועט דער פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א פראווענען די וואך שבת פ' אמור א גרייסטרייכע שבת לנגידים אין עיר הקודש טבריה זייענדיג א זעלטענע ערשיינונג אז דער רב שליט"א זאל ארויספארן פון ירושלים ובפרט אויף שבתים וואס דער רב שליט"א פראוועט אלץ אין ירושלים. צום שבת ווערן געלאדנט די חשובע נדיבי לב די נגידים ותומכים, וואס שליסן זיך אן מיט גרויסע סכומים לטובת מפעליו הקדושים און די ריזיגע צדקה קאסעס בנשיאותו פ


נחלת הבונים: הכנה דרבה צו מסע קודש דורך האד' מוויען מיט נדיבי המוסדות קיין אייראפע
מאנטאג פ' טהרה • כ"ו ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש חברי ק"ק וויען האבן מיט התרגשות אויפגענומען די ידיעה איבער די בעפארשטייענדע נסיעה לקברי צדיקים בראשות כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א, וואס וועט אפגעהאלטן ווערן קומענדיגן חודש אייר הבעל"ט, ווען דערביי וועלן די נדיבי המוסדות האבן די געלעגנהייט מיטצוהאלטן די געהויבענע תפלות אויף די מקומות הקדושים. במשך דעם מסע הקודש וועט מען פוקד זיין די קברי צדיקים אין פוילן און אין אונגארן, צווישן זיי אין ליזענסק ביים ציון הק' פונעם הייליגן רבי'ן ר' אלי


ווידיאו • האד' מוויזניץ ביים סעודת חול המועד מיט די נגידי החסידות תומכי "קמחא דפסחא"
זונטאג פ' טהרה • כ"ה ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש


האד' מצאנז קלויזנבורג באשיינט שבע ברכות בבית משפ' לאנדא נדבני ״בנין לאנדא״ דישיבה קטנה צאנז קלויזנבורג -מאנסי
דינסטאג פ' צו • י''ג ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש פארלאפענעם וואך האט כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א באשיינט די שמחת השבע ברכות לרגל שמחת נישואי הכלה בת הנגיד מוה"ר מיכאל צבי לאנדא הי"ו אייניקל פון הרה"ג ר' גדלי' לאנדא שליט"א נדבני 'בנין לאנדא' פון ישיבה קטנה שפע חיים צאנז קלויזענבורג אין מאנסי, די שמחה איז פארגעקומען אינעם בנין הישיבה ווי דער נדבן הבנין הנגיד ר' מיכאל צבי הי"ו האט זיך אונטערגענומען א פרישע סכום עצום צו הערליך ראנאווירן דעם בנין כראוי וכיאות.


ווידיאו • קנין זכות שם הבנין פון נייעם סאטמארער תלמוד תורה אין ב״פ לזכותו פון הרב משה פריעדמאן הי״ו
מאנטאג פ' צו • י''ב ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש


תמיכה גדולה פון האלב-מיליאן דאלאר פארטיילט דורך האד' מסאטמאר פאר תלמידיו וחסידיו בארה"ק לכבוד יום טוב
זונטאג פ' צו • י''א ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש אין א מודעה וואס איז היינט ארויסגעשטעלט געווארן דורך די ראשי והנהלת ק''ק סאטמאר בארה''ק, ירושלים, בני ברק און בית שמש, דרוקן זיי אויס רגשי לבבם פון הכרת הטוב בשם חסידי סאטמאר תושבי ארה''ק פאר די הערליכע חלוקה וואס איז פארטיילט געווארן דורך כ''ק אדמו''ר מסאטמאר שליט''א לכבוד יום טוב פסח הבעל''ט, פאר עדת צאן מרעיתו כלל חסידי סאטמאר תושבי ארה''ק. אזוי ווי במשך די לעצטע פאר יאר, האט דער סאטמארער רבי שליט"א אויך היי יאר גענומען פערזענד


רייכע שבע ברכות פון חתן כלה נכדי האד' מבאבוב 45 בשילוב מיט יערליכע מסיבה איגוד השותפים פאר נגידי החסידות
דינסטאג פ' צו • ו' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN אן עלעגאנטע שבע ברכות איז אפגעראכטן געווארן בחצר הקודש באבוב-45, לכבוד די חתונה פון חתן כלה אייניקלעך ביי כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א, קאמבינירט מיט די יערליכע מסיבה של מצווה "איגוד השותפים" פאר די גרעסערע תומכים וואס שליסן זיך אן מיט לכל הפחות זעקס און צוואנציג טויזענט דאללער יערליך, לטובת איחוד מוסדות באבוב 45, וואו די נדיבים תומכי המוסדות הקדושים האבן געהאט די זכיה מיטצוהאלטן געהויבענע מאמענטן אינאיינעם מיטן ר


יערליכע דינער "הלוך וגדול" לטובת מוסדות באבוב -45 לינדען אפגעראכטן אין שטאט בארא פארק
מאנטאג פ' צו • ה' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש אין דער שטאט בארא פארק איז כמידי שנה בשנה אפגעהאלטן געווארן די דינער השנתי לטובת מוסדות באבוב 45 אין די בליענדע שטאט יוניאן ניו דזשערזי מיט אירע הונדערטער תלמידים ותלמידות כן ירבו. די דינער "הלוך וגדול" איז פארגעקומען אין די בית אסתר זאל אין בארא פארק, וואו הונדערטער חסידי באבוב-45 אחים לדעה זענען ארויסגעקומען מחזק זיין דער עתיד הקהילה און שטיצן די ארטיגע בליענדיגע מוסדות הקדושים. דער אויבנאן איז באשיינט געווארן מיט די חשוב'ע רבני ה


יערליכע מלוה מלכה לטובת די קמחא דפסחא דק"ק טשערנאביל | גאלעריע
דינסטאג פ' ויקרא • כ''ח אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בערגער,JDN דעם מוצאי שבת העעל"ט איז אפגעהאלטן געווארן די יערליכע מלוה מלכה לטובת מפעל קמחא דפסחא דחסידי טשערנאביל, ס'איז פארגעקומען אין די לוקסור זאל אין בארא פארק, אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א וועלכער האט אדרעסיט די מעמד און ארויסגעברענגט די חשיבות און זכי' צו קענען ארויסהעלפן אידישע קינדער אריינצוטרעטן אין יום טוב פסח בהרחבה.


זכות שם הבנין פון נייעם סאטמארער תלמוד תורה אין ב״פ געווידמעט לזכותו פון הרב משה פריעדמאן הי״ו - משב״ק
דינסטאג פ' ויקרא • כ''ח אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש ביי א באשיידענע מסיבת לחיים און מעמד קנין זכות נעכטן מאנטאג, בנוכחת כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט דער נגיד ושוע הרבני הנכבד ר' ליפא פריעדמאן, מגדולי התומכים לכל קדשי בית סאטמאר, מנדב געווען פרישע פינף מיליאן דאלער, פאר'ן זכות שם הבנין פון דעם נייעם גיגאנטישן בנין התלמוד תורה דחסידי סאטמאר אין בארא פארק, וואס שניידט דורך א סקווער-בלאק אויף די "בעי פארקוועי" גאס. וברא מזכה אבא האט רבי ליפא מקדיש געווען דעם זכות פון אט דעם בנין הכ


האד' מבאבוב באזוכט אין ישיבת כרם שלמה ד'באבוב אפצונעמען נדבות וואס די בחורים האבן צוזאמגעקליבן פורים
דינסטאג פ' ויקרא • כ''ח אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש תלמידי ישיבת כרם שלמה דבאבוב האבן דעם פארגאנגענעם וואך אין די טעג נאך יום טוב פורים זוכה געווען צו א ביקור הוד פון די נשיא הישיבה כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א וואס איז אנגעקומען אויף א געהויבענעם באזוך בין כותלי הישיבה. דער רב שליט''א האט געדאווענט מנחה בהיכל הישיבה און דערנאך אויפגעטרעטן מיט א שיחת התחזקות והתעוררות פאר די בחורים, דערנאך זענען אלע בחורים אריין אל הקודש פנימה און האבן איינציגווייז איבערגעגעבן די דמי צדקה וואס זיי ה


עלעגאנטע מעמד הוקרה פאר התומכים פון מוסדות סאטמאר מאנסי אפגעראכטן בצל האד' מסאטמאר
מאנטאג פ' ויקהל פקודי • כ' אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יוסי גאלדבערגער א געקליבענער ציבור נגידים ומחזיקים תומכים נלהבים פון די סאטמארער מוסדות אין מאנסי, האבן פארלאפענעם מוצש"ק מיטגעהאלטן דעם רייכן מסיבת הכרת הטוב וואס איז אפגערעכטן געווארן אין קרית יואל בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וועלכער האט ביי דער געלעגענהייט ארויסגעברענגט רגשי לבבו פון דעם הערליכן בליה און וואוקס פון די שיינע מוסדות. די מסיבה איז איינגערישט געווארן אויף אן עלעגאנטן פארנעם אין די


bottom of page
