עלעגאנטע מעמד הוקרה פאר התומכים פון מוסדות סאטמאר מאנסי אפגעראכטן בצל האד' מסאטמאר
- 9 במרץ
- זמן קריאה 2 דקות
מאנטאג פ' ויקהל פקודי • כ' אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יוסי גאלדבערגער
א געקליבענער ציבור נגידים ומחזיקים תומכים נלהבים פון די סאטמארער מוסדות אין מאנסי, האבן פארלאפענעם מוצש"ק מיטגעהאלטן דעם רייכן מסיבת הכרת הטוב וואס איז אפגערעכטן געווארן אין קרית יואל בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וועלכער האט ביי דער געלעגענהייט ארויסגעברענגט רגשי לבבו פון דעם הערליכן בליה און וואוקס פון די שיינע מוסדות.
די מסיבה איז איינגערישט געווארן אויף אן עלעגאנטן פארנעם אין די שמחה-זאלן בביתו נאוה קודש פון רבי'ן שליט"א אויף אוהעל קט. אין קרית יואל, צו וועלכן עס זענען ספעציעל געלאדנט געווארן די חשוב'ע נדיבים בעם תומכי ומחזיקי תורה מעדת חסידי סאטמאר תושבי מאנסי, וואס האבן במשך דעם פארלאפענעם יאר זיך אנגעשטרענגט צו שטיצן און מחזק זיין די מוסדות הק' ביד רחבה ורוח נדיבה מיט גרעסערע סכומים, צו קענען נאכקומען די בליה און וואוקס פון די מוסדות.
בראש המעמד האבן מפאר געווען די רבנים הגה"צ שליט"א רבני ודייני הקהלה אין שפיץ פון הגה"צ רבי אברהם הערש וואזנער אבד"ק סאטמאר-מאנסי ועל צבאם דער רבי שליט"א וועלכער איז געקומען ארויסצייגן דעם הכרת הטוב פאר די חשוב'ע תומכי ומחזיקי המוסדות.
נאכ'ן זיך וואשן צו די סעודת מלוה מלכה און זינגן די זמירות האבן מען מיטגעהאלטן דעם רייכן פראגראם פון הערליכע דרשות, צווישן זיי דעם רייכער פאנעל צווישן דעם בונה ומקים פון די הייליגע מוסדות הנגיד ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו און הנגיד ר' יקותיאל דוד אהרן ווייס הי"ו מנהל מחנות רב טוב דסאטמאר, וועלכער האבן געענטפערט די שאלות וואס איז פארגעשטעלט געווארן דורך הרה"ח ר' יונתן שווארטץ הי"ו, ארויסברענגענדיג פארשידענע שטריכן פון עסקנות און די זכי' וואס עס איז צו קענען שטיין בראש פון די סאטמארער אימפעריעס, פארצוזעצן מיט די הייליגע ירושה פון צדיקי בית סאטמאר זי"ע ולעמוד לימין הקודש פון רבי'ן שליט"א בכל זמן ועידן.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש אויף די עניני הפרשה מתובל מיט עניני חג הפורים, און מיט גרויס התרגשות ארומגערעדט איבער דעם הרחבת גבולי הקדושה פון די קהלה און די מוסדות אין מאנסי וואס בליען און וואקסן ברוחניות ובגשמיות אונטער די הנהגה פון הגה"צ אבד"ק סאטמאר-מאנסי שליט"א, וקנו לעצמם כתר שם טוב אלס אזעלכע הערליכע מוסדות וואס שליסט כסדר אן פרישע תלמידים ותלמידות, ווען מען האלט שוין היינט ביי פינף פאראלעל קלאסן, און אזוי בליען די מוסדות, אלעס א דאנק די ווארעמע שטיצע פונעם ציבור נדיבים בעם, וועמען דער רבי שליט"א האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב.
מ'האבן אויך געהערט הערליכע חרוזים פארגעשטעלט דורך הרה"ח ר' מרדכי דוב נייהויזער הי"ו צוזאמען מיט א קינד מתלמידי המוסדות, ארויסברענגענדיג דעם הערליכן בליה און וואוקס פון די מוסדות, פאר וועלכן די נדיבים האבן די זכי' צוצושטיין.
שפעטער האט זיך געשאפן א הערליכער שמועס בעניני חג הפורים ווען הגה"צ רבי יעקב ווייס שליט"א מרבני סאטמאר-מאנסי האט פארגעשטעלט פאר'ן רבי שליט"א פארשידענע שאלות, און דער רבי שליט"א האט מרחיב בדיבור געווען צו דערציילן ממנהגי בית אבותיו הק' במשך דעם יום הפורים, ובפרט ביים משתה היין, ביי זקינו הרה"ק מצאנז זי"ע, הרה"ק בעל קדושת יום טוב זי"ע און נאך וואס דער ציבור האט געשלונגען מיט דורשט.
צום שלוס זענען די תומכים אריבער מקבל צו זיין ברכת הקודש פון רבי'ן שליט"א, און דער רבי שליט"א האט יעדן איבערגעגעבן במתנה א סעט ספרי "לב אהרן" לאות הוקרה פאר די ווארעמע נדבות לטובת המוסדות.
די מסיבה איז געווען א הערליכער איבערלעבעניש פאר'ן ציבור משתתפים וועלכע זעצן פאר מחזק צו זיין די הייליגע מוסדות ברוח נדיבה וסבר פנים יפות.








































































