top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מבאבוב באזוכט אין ישיבת כרם שלמה ד'באבוב אפצונעמען נדבות וואס די בחורים האבן צוזאמגעקליבן פורים

  • לפני יומיים (2)
  • זמן קריאה 1 דקות

דינסטאג פ' ויקרא • כ''ח אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

תלמידי ישיבת כרם שלמה דבאבוב האבן דעם פארגאנגענעם וואך אין די טעג נאך יום טוב פורים זוכה געווען צו א ביקור הוד פון די נשיא הישיבה כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א וואס איז אנגעקומען אויף א געהויבענעם באזוך בין כותלי הישיבה.


דער רב שליט''א האט געדאווענט מנחה בהיכל הישיבה און דערנאך אויפגעטרעטן מיט א שיחת התחזקות והתעוררות פאר די בחורים, דערנאך זענען אלע בחורים אריין אל הקודש פנימה און האבן איינציגווייז איבערגעגעבן די דמי צדקה וואס זיי האבן געשאפן במשך די ימי הפורים העעל"ט, פאר די רב'ס פערזענליכע צדקה קאסע, דער רב שליט"א האט אויפגענומען יעדע בחור באזונדער און איבערגעגעבן דברי הדרכה פאר די בחורים באגלייט מיט ווארעמע ברכות.



תגובות


bottom of page