הונדערטער תושבי לאנדאן ביי דינער רבתי לטובת "כולל חבת ירושלים" לצדקת רבי מאיר בעל הנס
- לפני 51 דקות
- זמן קריאה 2 דקות
דינסטאג פ' אמור • י''א אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

הונדערטער חסידים ואנשי מעשה תושבי לאנדאן האבן זיך משתתף געווען בגוף ובממון ביים דינער רבתי לטובת די גאליציאנער כולל "חיבת ירושלים" לצדקת רבי מאיר בעל הנס.
דאס קומט נאך זיבן יאר וואס ס'איז שוין נישט געווארן אפגעראכטן א חבת ירושלים דינער אין לאנדאן, צוליב דעם וואס כ"ק אדמו"ר מפשווארסק שליט"א וואס פלעגט יערליך אפרייזן קיין לאנדאן ספעציעל צו באשיינען דעם דינער, איז דאס יאר נולד געווארן דער פלאן צו צוריק מחדש זיין דעם יערליכן גרויסארטיגן דינער, און די הנהלת הכולל האט שטארק געלאדענט כ"ק אדמו"ר מסטיטשין שליט"א חבר נשיאות הכולל צו קומען באשיינען דעם דינער אין לאנדאן, נאך וואס דער רבי איז געווען על אם הדרך קיין אנטווערפען צו באשיינען די דארטיגע דינער לטובת הכולל.
די דינער איז פארגעקומען אין די יסודי התורה זאלן צום דינער, אנגעפירט דורכ'ן יושב המעמד הרבני הנגיד ר' בנציון פרישוואסער שליט"א. אנהייב פונעם מעמד האט מען מיטגעהאלטן די דרשות צוערשט פון כ"ק אדמו"ר מספינקא אנטווערפען שליט"א וואס איז ספעציעל געקומען צופארן צום דינער אין לאנדאן, און פון הרה"ח הישיש ר' לייבל סטעמפל שליט"א נכד הרה"ק הקדושת ציון מבאבוב זי"ע.
דערנאך האט דער סטיטשינער רבי שליט"א איבערגעגעבן דעם משא המעמד און ווי עלעקטרעזירט דעם זאל מיט זיינע פייערדיגע דיבורים איבער די הייליגקייט פון רבי מאיר'ס פושקע וואס איז געווען נערץ ונקדש ביי אלע צדיקים פון די פריערדיגע דורות. בתוך דבריו האט דער רבי שליט"א ארויסגעהויבן א וויי געשריי מנהמת לבו איבער אידישע נשמות וואס פאלן ליידער אוועק פונעם דרך, און מסיים געווען מיט א לענגערע ברכת קודש פאר אלע הונדערטער משתתפים ביים מעמד.
נאכן דינער האבן פילע תושבי העיר שלום גענומען פון רבי'ן, און מען איז דורך ביי האדמו"ר מספינקא אנטווערפען איבערצוגעבן די נדבות, וואו דער רבי האט יעדן געוואונטשן ברכות לרוב בזכות פונעם הייליגן תנא רבי מאיר בעל הנס.






















תגובות