top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אלפי תושבי וויליאמסבורג ביי ריזיגער כולל שומרי החומות דינער ליל פסח שני בראשות מרנן ורבנן נשיאי הכולל ומנהיגי הקהלות

  • לפני 30 דקות
  • זמן קריאה 4 דקות

מיטוואך פ' בהר בחוקתי • י"ט אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

אלפי תושבי וויליאמסבורג, זענען נאך אונטער דער רישומא קדישא פון דעם געהויבענעם מעמד נהדר בקודש, “צדקת אבותינו", וואס איז אפגעראכטן געווארן דעם פארלאפענעם דאנערשטאג אמור העעל"ט, ליל פסח שני, אין די זאלן פון "קאנטינענטאַל", וואו המוני תושבי העיר האבן זיך פארזאמלט, ״להמשיך מסורת אבותינו״, און דערביי גענאסן פון לאנגע שעות תענוג רוחני, פאר'ן עתיד פון "ממלכת שומרי החומות" בארה"ק.


בראש הנאספים האבן זיך אנגעזעהן ביים מעמד די גדולי ישראל ומנהיגי הקהלות פון וויליאמסבורג, בראשות מרנן ורבנן נשיאי הכולל, צווישן זיי האדמור"ים מסאטמאר, פאפא, צעהלים, קאשוי, גאלאנטא, ראחמיסטריווקא וויליאמסבורג, סקולען וויליאמסבורג, סטראזניץ, און נאך פילע רבנים פון שטאט.


אלס יושב ראש פון דעם מאורע האט געדינט דער בארימטער פה מפיק מרגליות, הרב רבי יואל שווארץ שליט”א, מרביץ תורה במוסדות סאטמאר, און פערזענליך א גבאי קודש פאר צדקת רבי מאיר בעל הנס, וועלכער האט מיט זיין אייגנארטיגע שפראך אנגעפירט דעם גאנצן פראגראם צו די הנאה פונעם ציבור הנאספים.


אין לויף פון די שעות המעמד האט מען כסדר גענאסן פון פרקי שירה, אנגעפירט דורך דער טאלאנטפולע “חסידי׳ש" קאפעליע, און שפיץ פון דעם בעל מנגן וחזן נפלא מו”ה יחזקאל ברעכער הי"ו.


מיט אינטערעסע האט דער ציבור אויסגעהערט דעם רעפעראט פונעם מנהל "כולל שומרי החומות”, הרב שלמה מיכאל מאיער שליט"א, וועלכער פארפיגט אויף יעדן פרט ופרט, וועלכער האט איבערגעגעבן די שטוינענדע ציפערן און פאקטן פון דער אומגלויבליכער נעץ ומבצרים כבירים פון "כולל שומרי החומות".


לזכות התנא האלקי רבי מאיר בעל הנס איז אפגעהאלטן געווארן א ״סיום משניות רבתי״ אויף די ששה סדרי משנה וואס איז געלערנט געווארן דורך די נקיי הדעת שבירושלים, די חכמי הכולל, לע״נ דעם בעל ההילולא רמבעה"נ, און לעילוי נשמתם פון אלע נעדרים תושבי וויליאמסבורג פון פארלאפענעם יאר.


דער הדרן איז געזאגט געווארן דורך די חשוב'ע אחים הנדיבים לבית גאלדבערגער, בניו ויוצ"ח פון דעם אומפארגעסליכן נדיב, מו”ה ישראל דוב גאלדבערגער ז”ל, וואס דער מעמד המרומם איז מוקדש געווארן לעילוי נשמתו, שטייענדיג בתוך השנה לפטירתו.


לכבוד המאורע האבן די בני המשפחה איבערגענומען א פראכטפולער פלעק לכבוד זייער חשוב׳ע מאמע שתחי׳, אשת חיל עטרת בעלה, תבלחט״א, וועלכע פירט ווייטער אן מיט זיינע נאבבעלע מעשי הצדקה והחסד ומעשים טובים צו לאנגע געזונטע יארן.


מיט הארציגע דברי זכרון האט אויפגעטרעטן בנו להבחל”ח, הנגיד ר׳ סענדר גאלדבערגער הי״ו, וועלכער האט געשילדערט אייניגע שטריכן פון האי איש חסיד, און איבערהויפט דערמאנט די געוואלדיגע קשר פון זיין חשוב׳ן טאטן ז״ל לטובת די הייליגע צדקה.


מיטן פאסיגן כבוד התורה, האט הגאון רבי משה ראזענפעלד שליט"א דומ"ץ קיט"ל ברך משה וחבר הנהלת כולל שומרי החומות, מקבל געווען את פני הוד כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט״א, ארויסברענגענדיג די זכי׳ הנשגבה אז מיר קענען נהנה זיין מאור תורתו וצדקתו פון אזא חסידא ופרישא נהורא נפישא, און מכבד געווען דעם גרויסן גאסט, וואס האט זיך מטריח געווען בטירחא דגברא רבא, לפאר ולרומם ולהאציל מהודו למען צדקת התנא אלקי רבי מאיר בעל הנס.


דער רב שליט״א האט געקאכט בגדלותו פון הייליגן תנא רבי מאיר, און דאס חשיבות און קדושה פון זיין צדקה, וואס איז נתקדש בקדושה של מעלה, פון דורי דורות אבותינו ורבותינו, וואס האבן דאס ממש געהאלטן פאר ״עקרי תורה״, וואס מ׳דארף האבן דערפאר מסירת נפש.


דער רב שליט״א האט בפי ישרים ובשפתי צדיקים מעלה געווען לשבח די פעולות חובקות זרועות עולם, ממה שעיניו רואות, ומאן גברא רבא קא מסהיד — ווי דער רב שליט״א האט שוין אליין כמה פעמים דורכגעפירט די הייליגע חלוקות פאר רבבות ישראל בחגים ומועדים — אויף די הייליגע פעולות הכולל בעיר ה׳ שמה, אונטערצוהאלטן אלפים ורבבות אידישע קינדער, בני ציון היקרים, און שטארק געוואונטשן מיט ברכות טהורות פאר די אלע אידן וואס שטרענגען זיך אן מחזיק צו זיין די הייליגע צדקה, להתברך בכל משאלות לבבם לטובה.


דאן איז געקומען די געלעגנהייט פאר די נדיבים בעם צו קענען אריבערגיין נעמען ״שיירי מצוה״, שכר מצוה מצו״ת, פונעם גרויסן גאַסט, מידי צדיק כ״ק גאב״ד מאקאווא שליט״א.


צום ערשט זענען אריבער די גרעסערע נדיבים, און דער רב שליט״א האט יעדן עקסטער געשאנקען די שיירי מצה, מיט א הארת פנים, און געוואונטשן ברכותיו הטהורות, דערנאך האט מען געגעבן די געלעגנהייט, פאר כל הקהל הקודש, תומכי רבי מאיר בעל הנס, צו קענען אריבערגיין אפנעמען א שטיקל ״שמירה מצה״, מיט א ברכת הקודש לברכה ולהצלחה.


במשך דעם דינער האט מען אויפגערופן דעם פרס רבי מאיר בעל הנס: הרבני הנכבד מוה"ר שמואל זאב טאבאק הי”ו — לאנג-יעריגער גבאי קודש לטובת כולל שומרי החומות צדקת רבי מאיר בעל הנס אין ביהמ"ד ׳בנין בראך׳ דקיט״ל, און אזוי אויך אין ביהמ״ד סעליש.


דער חשוב׳ער מקבל פרס האט איבערגענומען דעם פלעק און אויפגעטרעטן מיט קורצע דברי התרגשות, ארויסצוברענגען די זכי׳ הנשגבה פון קענען עוסק זיין פאר׳ן הייליגן תנא רבי מאיר.


אַ גרויסער ציבור האָט זיך אָנגעזען לכבודו פונעם ״נזר תורת רבי מאיר״, הרה"ג ר' יואל ווייס שליט”א, ממנהלי התאחדות אברכים דקיט"ל ומראשי חבורת זכרו.


דערנאך האט מען מעטר געווען בנזר 'גבאי קודש' מוה"ר אברהם יעקב פריעדמאן הי”ו, מחשובי מתפללי ביהמ"ד קיט"ל ׳ווערנאן׳ און קיט"ל ׳קעסקעיד׳, וואס שוין א צאל יארן איז ער איז עומד על המשמרת, מיט א ווארימקייט און א ברען בכל לבבו ונפשו פאר צדקת רמבעה”נ.


א שיינער ציבור ידידים ומעריצים האָט זיך אנגעזען לכבודו פונעם מקבל פרס, מוה״ר משה לאפפלער, מחשובי חסידי פאפא, וועלכער איז זיך מקריב פאר די הייליגע צדקה פון רבי מאיר בעל הנס מיט אן אויסטערלישער געטריישאפט.


אחרון אחרון חביב האט מען מעטר געווען בנזר ועטרה, מוה"ר ליפא ראזענפעלד הי”ו, מחשובי מתפללי ביהמ"ד גאלאנטא, זון פון הרה"ח ר' יואל ראזענפעלד הי"ו, לאנג-יעריגער גבאי קודש וחבר הנהלה פון כולל שומרי החומות.


+


bottom of page