תמכין דאורייתא לעבן מיט היסטארישער שבת מיט'ן פאר הדור הגה"צ ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א אין עיר העתיקה טבריה
- לפני 6 ימים
- זמן קריאה 3 דקות
מאנטאג פ' בהר בחוקתי • י"ז אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך
א היסטארישער שבת איז אריבער אויף א קבוצה נכבדה פון נגידי ותומכי דאורייתא וואס האבן זוכה געווען מיטצולעבן א שבת נועם הנשמתו בצלא קדישא פונעם פאר הדור הגה"צ ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א, וואס איז אין אן ערשטמאליגע שריט ארויסגעפארן פראווען א שבת אינאיינעם מיט נגידים ותומכים, בעיר העתיקה טבריה, זייענדיג א חטיבה אחת פון קדושה עילאה און הייליגע מאמענטן פון נועם השבת כשהמלך בשדה, אויסשליסליך מיט די נדיבים בעם מוקירי תורה.
הרה"צ ר' יעקב מאיר שליט''א איז אנגעקומען קיין טבריה דאנערשטאג אמור פארנאכטס, און די נדיבים זענען אריבער שלום נעמען.
פרייטאג צופרי, פסח שני, איז מען אנגעקומען צום קבר פונעם תנא רבי מאיר בעל הנס, בעצם יומא דהילולא קדישא י"ד אייר. א התעוררות עצומה האט זיך אראפגעלאזט צווישן די קהל קדושים רוגשים, ווען הרה"צ ר' יעקב מאיר שטייט ביים טיר און איז שופך שיח מיט גרויס התהלבות ואש קודש, זייענדיג מעתיר למען הכלל והפרט. דערנאך איז מען אנגעקומען צו די קברי צדיקים תלמידי בעל שם קעגן איבער דעם ארטיגן בית החיים העתיקה, מ'האט געזאגט פרקי תהילים, און דער ציבור איז אריבער מיט קוויטלעך.
ערב שבת האט אויפגעטרעטן מיט א דרשת הכנה נכדו חביבו הרב יוסף דוד שעכטער אויף די זכי' וואס מען האט מיטצולעבן אזא זעלטענעם שבת בצלו הטהור פונעם זיידן וואס איז ארויס מגדרו און ארויסגעקומען פראווען א שבת כולו לה' אינאיינעם מיט די נדיבים בעם מחזיקי התורה.
דער שבת איז געווען איין חטיבה פון מעין עולם הבא, אנגעהויבן פון תפלת מנחה בפניא דמעלי שבתא, נאכגעפאלגט מיט א פייערדיגע קבלת שבת, פארגעדאווענט דורך נכדו חביבו הרב יוסף דוד שעכטער.
פאר מעריב האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פלאמעדיגע טענץ אויפ'ן שיר "בר יוחאי", כמנהג המקום. נאך מעריב האט מען געזינגען "אמר רבי עקיבא" מיט גרויס פייערליכקייט, און דערנאך איז מען אריבער צום אולם הסעודות, וואו מ'האט זוכה געווען להענג מזיו כבודה פונעם פאר הדור, פאר נאנט צו "פיר שעה" נאכאנאנד, קוועלנדיג מיט אמרי קודש בדברי התחזקות פאר'ן גאנצן ציבור.
מיט ברכת המזון ליל שב''ק איז נתכבד געווארן דער בעל הכסניא פון די דירה הרבני הנגיד ר' חיים יהודה לעפקאוויטש הי"ו פון בארא פארק.
כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשני', זענען די תפילות שבת צופרי אפגעראכטן געווארן מיט התרוממות הנפש, שחרית האט פארגעדאוונט הרבני הנגיד ר' משה אברהם לעפקאוויטש פון ווילאמסבורג. די עליות איז צעטיילט געווארן צווישן די גרעסערע תמכין דאורייתא צווישן זיי הנגידים ר' משה ליכטער, ר' מענדל דרומער, ר' שלמה גאלדשטיין, ר' ישכר בעריש קויפמאן און דער בעל אכסניא ר' חיים יהודה לעפקאוויטש, אזוי אויך נכדו חביבו פונעם רב שליט"א ר' שמעון בוקשפאן וועלכער איז געשטאנען אין שפיץ און ארגאניזירט דעם גאנצן שבת. די עלי' פון רבי יעקב מאיר איז פארקויפט געווארן פאר די פאנטאסטישע סכום פון $72,00 אפגעקויפט דורך איינער פון די נגידים משתתפי השבת.
ביי די סעודה שבת צופרי האט מען ווידער זוכה געווען זיך אנצוזאפן באור תורת רבי יעקב מאיר, וועלכער האט משמיע געווען דברי תורה וחסידות אויף די פרשה און שיחות הכנה אויף ל"ג בעומר, ווען ער האט צווישן אנדערן אויפגעברענגט זכרונות הוד פון ל"ג בעומר אין מירון בשנים קדמוניות, און נאך שיינע זכרונות און ענינים שונים. מיט ברכת המזון איז נתכבד געווארן הרבני הנגיד ר' מיכל הערמאן פון קרית יואל.
שפעטער נאכמיטאג איז אפגעראכטן געווארן סעודת רעוא דרעוין מיט גרויס התעוררות, און האט זיך אריינגעצויגן ביז א שפעטע שעה נאכ'ן זמן. מיט ברכת המזון איז נתכבד געווארן הרבני הנגיד ר' בערל ברעטלער פון וויליאמסבורג.
נאך מעריב האבן די נדיבים בעם זוכה געווען צו זאגן "ויתן לך" אינאיינעם מיט הרה''צ רבי יעקב מאיר, ווען דערנאך איז מען געווארן איבערראשט ביים הערן די פייערדיגע דיבורים יוצאים מפורש מפי כהן גדול, ווען הרה"צ ר' יעקב מאיר דרוקט זיך אויס פאר זיינע מקורבים: "פארוואס בין איך געקומען אויף גליל, אויב נישט צו פארן צו רבי שמעון?"
ספאנטאן האבן די עסקנים אראנדזשירט א נסיעה קיין מירון, זייענדיג א גאר היסטארישע איבערלעבעניש, צום ערשטן מאל נאך 25 יאר וואס הרה"צ ר' יעקב מאיר האט נישט באזוכט ביים ציון התנא האלקי אין מירון.
ארום 2:00 שפעט אינמיטן די נאכט במוצאי מנוחה איז הרה"צ ר' יעקב מאיר אנגעקומען אין מירון, און איז ארויפגעגאנגען אויפ'ן דאך פונעם ציון, אין חדר קופערשטאק, אנהייבנדיג מיט א קאך און ברען "בר יוחאי" און דערנאך ממשיך געווען "אמר רבי עקיבא", וכל העם העומדים בעזרה ווערט מיטגעשלעפט אין פייערליכע טענץ, אשרי עין ראתהו.
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני דביקות והתעוררות, און דאן האט מען געזאגט מזמורי תהילים פסוק בפסוק מיט השתפכות הנפש, ולב מי לא יחרד הערנדיג דעם קול קול יעקב, ווען הרה"צ ר' יעקב מאיר שרייט ארויס מנהמת לבו הטהור: "רבי שמעון" "רבי שמעון", בטל מעלינו כל גזירות קשות".
שוין קרוב לעלות השחר איז פארענדיגט געווארן דער מעמד תפלה ובקשת רחמים, ווען דער ציבור קען זיך שווער געזעגענען פונעם יום שבתון אין לשכוח און די הייליגע שעה'ן ביים תנא אלקי, פון וואס מ'האט זיך געשיידט מיט געהויבענע געמיטער.








































תגובות