יערליכע דינער "הלוך וגדול" לטובת מוסדות באבוב -45 לינדען אפגעראכטן אין שטאט בארא פארק
- 23 במרץ
- זמן קריאה 1 דקות
מאנטאג פ' צו • ה' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

אין דער שטאט בארא פארק איז כמידי שנה בשנה אפגעהאלטן געווארן די דינער השנתי לטובת מוסדות באבוב 45 אין די בליענדע שטאט יוניאן ניו דזשערזי מיט אירע הונדערטער תלמידים ותלמידות כן ירבו. די דינער "הלוך וגדול" איז פארגעקומען אין די בית אסתר זאל אין בארא פארק, וואו הונדערטער חסידי באבוב-45 אחים לדעה זענען ארויסגעקומען מחזק זיין דער עתיד הקהילה און שטיצן די ארטיגע בליענדיגע מוסדות הקדושים.
דער אויבנאן איז באשיינט געווארן מיט די חשוב'ע רבני העיר, ומלכם בראשם כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט”א נשיא העיר, ולידו חתנו הגה״צ רבי חיים ברוך הלברשטאם שליט״א, דער איש על העדה וועם דער רבי האט געשטעלט לעמוד בראש העיר והמוסדות הקדושים.
דער יושב ראש איז געווען דער בארימטער מחנך הרב אהרן אריה אייזנבערג שליט"א וועלכער האט אנגעפירט דעם מעמד בנועם לשונו. דער דבר המוסדות איז איבערגעגעבן געווארן דורך חתנא דבי נשיאה הרה"צ ר' חיים ברוך הלברשטאם שליט"א, און מיט'ן דרשת נואם הכבוד האט אויפגעטרעטן הגה"צ רבי אליעזר מרדכי סופר שליט"א אבד"ק סאטמאר לינדען, וואס איז א שכן טוב וואוינענדיג בשכינות אין לינדען און האט ארויסגעברענגט דעם געוואלדיגן שבח הרוחני פון די ישוב אין יוניאן און אירע מוסדות וואס האבן קונה א שם דבר איבעראל.
דערנאך האט מען געהערט די דברות קודש פונעם רבי'ן, וועלכער האט נאך די דברי תורה בעניני דיומא שטארק משבח געווען די מוסדות אין יוניאן, און דערביי ווארעם אפעלירט צום ציבור זיך אנצורופן מיט סכומים הגונים מחזיק צו זיין די מוסדות ביד רחבה וברוח נדיבה.
אינצווישן די דרשות האט מען מיטגעהאלטן א מוזיקאלישע פרעזענטאציע פארגעשטעלט דורך די קינדער פונעם תלמוד תורה אין יוניאן, און א רייכע סעודה איז סערווירט געווארן פאר אלע משתתפים.




















תגובות