top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

נועם הנשמות: בוני בעלזא מיטגעלעבט היסטארישע שבת "היכלא דמלכא" בראשות האד' מבעלזא מול מקום המקדש

  • לפני 37 דקות
  • זמן קריאה 7 דקות

דאנערשטאג פ' בהר בחוקתי • כ' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אנשיל בעק, יהושע פרוכטר וא.מ.ש. 

די שפראך איז צו ארעם צו קענען אראפגעבן די רגשי עילאה וואס פלאטערט ביי די נגידי ובוני ממלכת הישיבות בעלזא וועלכע האבן געהאט די זעלטענע זכי' מיטצולעבן די היסטארישע שבת "היכלא דמלכא", בראשות רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, וועלכער איז אין אן ערשטמאליגע שריט ארויס מגדרו און אפגעראכטן א שבת מיוחד אינאיינעם מיט די נדיבים בעם, וועלכע טוען ביישטייערן די פאנטאסטישע סכומים פאר'ן אויפבוי פון די נייע בנינים מפוארים דישיבות הק' בעלזא ברחבי ארה"ק.


די געפילן ביי אלע משתתפים שטורעמען מיט רגשי שבח והודאה לה' אז מ'האט זוכה געווען צום מלך ביפיו תחזינה עיניהם, געניסנדיג פון די פערזענליכע חביבות יתירה וואס דער רב שליט"א ווייזט ארויס במשך דעם גאנצן שבת פאר יעדן איינציגן משתתף, און מ'האט אפגעגעבן שיר ושבח לה' אז דער רב שליט"א האט זיך צוריקגעקערט צו די כוחות, נאך די אפשוואכונג א וואך פריער, ווען דער שבת איז אפגעשטופט געווארן מיט א וואך, און אצינד האט מען זוכה געווען להתחמם בצל קדשו כשהמלך בשדה, און רעכט אפ דעם שבת קודש לה' באופן גבוה ונעלה.


די גייסטרייכע ימי וועידה האט זיך געעפענט ליל שישי ביים מעמד "חצרות המלכות, וואס האט געדינט אלס די אפיציעלע "פתיחת הוועידה". א ספעציעלע כבוד איז געווען צו הערן דעם גאסט-רעדנער, הגאון רבי יצחק דוד גראסמאן שליט"א, רב פונעם שטאט מגדל העמק, וועלכער האט אויפגעטרעטן מיט פייערדיגע דיבורים לכבוד די חשובע נדיבים.


דערויף איז דער רב שליט"א אריינגעקומען צו מעריב אינעם זאל ווערנדיג אויפגענומען מיט פייערליכע געזאנגען פון "ברוך הבא בשם ה'" דורך די הונדערטער יחידי סגולה משתתפי השבת. דער רב שליט"א האט געצינדן ליכט אנגעטון די ספאדיק כנהוג און צוגעשיקט דעם גבאי'ן הרב שמעון וואלף קליין צו מעריב. דערנאך האט מען געהאט די זכי' צו הערן קולו בקודש ביים ציילן ספירת העומר.


נאך מעריב איז געגעבן געווארן די געלעגנהייט פאר אלע נדיבים בעם דורכצוגיין שלום נעמען, מיט א ספעציעלן סדר, צוערשט די חסידים פון אויסלאנד און דערויף די חסידים פון ארץ ישראל, וואו דער רב שליט"א האט משיב געווען שלום בצהלת פנים.


פרייטאג ערב שבת נאכן דאווענען איז פארגעקומען בקודש פנימה אין די אכסניא פון רב שליט"א א באשיידענע מעמד הנחת אבן הפינה פארן נייעם גיגאנטישן בנין התלמוד תורה דחסידי בעלזא אין שטאט מאנסי, עס זענען געווען אנוועזנד די בוני התלמוד תורה ובראשם דער נדיב ר' אפרים גראסמאן און זיינע קינדער, וועלכע האבן צוגעוויזן די בוי פלענער פארן בנין התלמוד תורה.


דערנאך האט דער רב שליט"א געגאסן די אבן הפינה און מען האט געזונגען א רייע ניגונים לכבוד המאורע און לכבוד פסח שני.


דאן האט דער רב שליט''א אריינגעשריבן די ערשטע אותיות אינעם ספר תורה וואס מען וועט בעז''ה מכניס זיין אינעם נייעם תלמוד תורה געביידע און מען האט ווידער געזונגען לכבודה של תורה. צום שלוס האט דער רב פארטיילט א מתנה א מזוזה פאר אלע נגידים בוני הבית.


דורכאויס פרייטאג נאכמיטאג איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה וואו אלעי משתתפי השבת האבן געהאט די געלעגנהייט אריינצוגיין מיט קוויטלעך, וואו דער רב שליט''א האט יעדן אויפגענומען בסבר פנים יפות און מאציל געווען ברכות לרוב פאר די חשובע נדיבים וואס זענען נושא בעול הישיבות.


נאכמיטאג איז פארגעקומען די היסטארישע התכנסות "שישים מי יודע", וואו עס זענען געהערט געווארן טיפזיניגע שיעורים און דיונים דורך חשוב'ע רבנים און מרביצי תורה. גלייך דערנאך האט מען זיך אריינגעצויגן אין א העכערע שבת'דיגע אטמאספער מיטן ספעציעלן "שיחת הכנה" פונעם באקאנטן פה מפיק מרגליות הרה"ג רבי מנשה ישראל רייזמאן שליט"א וואס האט צוגעגרייט די הערצער צום גרויסן שבת.


דער שבת איז צוגעשטעלט געווארן אויף א גאר פראכטפולן און עלעגאנטן פארנעם, אינעם הערליכן האטעל מול מקום המקדש, וואו עס האט זיך גאנץ שבת געשפירט א הייליגע אטמאספער פון קדושה עליונה קידשה לשעתה ולעתיד.


די תפילות במשך השבת איז אפגעהאלטן געווארן אינעם גרויסן בית המדרש וואס איז אויפגעשטעלט געווארן ספעציעל פאר דעם שבת, און איז געווארן אויסגערישט מיט אלע געברויכן און באקוועמליכקייטן.


בפניא דמעלי שבתא ארום 7:15 איז דער רב שליט"א ערשינען בהדרו צו תפלת מנחה, ווען א טרייסל כאפט ארום דעם גאנצן ציבור, אויסשרייענדיג דעם "הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו" מיט א ספעציעלע הרגשה אז מ'איז זוכה להתחמם לאורו פונעם רבי'ן, ווי דער רבי האט זיך אויסגעדרוקט פאר שבת, אז דער שבת געט אים צו "א שטיק געזונט".


מנחה האט פארגעדאוונט הרה"ג ר' שלום רוקח שליט''א, נכדו חביבו פונעם רב, און צו קבלת שבת און מעריב איז די רב שליט"א יורד געווען לפני התיבה, פארדאווענענדיג מיט גרויס התעוררות און השתפכות הנפש.


ביי לכה דודי האבן די משוררים לבית בעלזא אראפגעזינגען אויפ'ן ניגון פון 'רננו צדיקים' פארפאסט דורך הרב שלמה קאליש, און ביי לא תבושו האט מען געזינגען אויפ'ן ניגון הודאה פון 'הטוב כי לא כלו רחמיך'. אן אומבאשרייבליכע עקסטאז האט ארומגעכאפט דעם ציבור ביי 'בואי בשלום' ווען דער רב שליט"א האט מעודד געווען די טענץ לכבוד שבת מלכתא, און מ'האט איבערגעזינגען דעם ניגון נאך פינף מאל אן די ווערטער, ווען דער גאנצער ציבור פארגייט אין פייערליכע טענץ.


ביי מזמור שיר ליום השבת האט דער רב אנגעהויבן אויסלאזן ביי 'מה גדלו' מיט א געוואלדיגע התעוררות, נאך קבלת שבת איז נאך פארבליבן עטליכע מינוט ביז'ן זמן ר"ת, האט דער רב געבעטן צו זינגען, און מ'האט געזינגען "ואטהר ואתקדש" בעוז של שמחה.


נאכ'ן דאווענען איז אנגעקומען צום ארט כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א, וועלכער האט זיך אויף דעם שבת אויפגעהאלטן אויף אפרו אין א דערנעבנדן האטעל. דער פינסק קארלינער רבי איז געקומען הערן "ספירת העומר" פונעם רב, און צו וואונטשן א "גוט שבת". דער רב האט דורש געווען בשלומו, און זיך נאכגעפרעגט וואו ער געפינט זיך, און די רבי'ס האבן זיך ווארעם געוואונטשן.


דער ציבור איז אריבער וואונטשן גוט-שבת, און ארום 9:00 אזייגער האט מען ארויסבאגלייט דעם רבי'ן מיט שירי שמחה.


דערנאך איז דער אריבער צום אולם הגדול אויף די סעודת שבת, וואס איז אפגעראכטן געווארן אויף א גאר געהויבענעם פארנעם, בראשות הרה"צ ר' אהרן מרדכי שליט"א. דער יושב ראש במשך די סעודה איז געווען הרה"ח ר' ישראל שטערן פון לאנדאן, וועלכער האט צוערשט באגריסט אלע געסט און דאן מכבד געווען מיט א דרשה הרה"ג ר' צבי ארטנער שליט"א אב"ד לינת הצדק פון בארא פארק.


ארום 11:00 איז דער רב ערשינען צום שלחן הטהור אינעם אולם הגדול. מיט הגבהת הכוס ביי קידוש איז נתכבד געווארן הנגיד ר' משה קעניג הי"ו פון אנטווערפען. במשך די טיש האט מען געזינגען מערערע ניגוני דביקות ושמחה. דער וועלט בארימטער חזן ר' יצחק מאיר העלפגאט האט פארגעזינגען "עזרת אבותינו".


נאך די פלייש האט דער רב טועם געווען א שטיקל מצה, לכבוד פסח שני וואס איז אויסגעפאלן פרייטאג, און כמנהג בעלזא אז מ' עסט אויך מצה ליל ט"ו אייר. דערנאך האט מען זוכה געווען צו הערן דברי אלקים חיים פונעם רב, פארטייטשנדיג די פסוקי הפרשה מיט געהויבענע בחינות בעבודת ה' און קדושת שב"ק.


מיט ברכת המזון האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' פנחס לערנער מנכ"ל פונעם אמעריקאנעם אפיס פון מרכז מוסדות בעלזא בארה"ק און פון די מארגנים פון די גרויסע היסטארישער שבת. נאכ'ן בענטשן איז פארגעקומען עטליכע שמחות שלום זכר, און א ספעציעלע פירות-טיש לכבוד דעם שבת.


אינעם הויכפונקט האט מען געהערט די פלאם פייערדיגע דיבורים און פנינים יקרים דורך הגאון ר' פנחס פריעדמאן שליט"א, וועלכער האט גערעדט מיט גרויס התרגשות ארום דעם שבת, און איבער די אומגלויבליכע געשעעניש וואס באווייזט זיך דא, דער קידוש ה' אדיר ונורא, צו זען אזויפיל נגידים וואס גייען מיט'ן פולן חסיד'ישן לבוש, און רירן זיך נישט אוועק כמלוא נימה פון די אלטע חסיד'ישע דרכים, און דאס איז לכבוד ולתפארת בית בעלזא.


הגאון רבי פנחס האט אויפגעפאדערט דעם ציבור ממשיך צו זיין מיט תפילות פאר חיזוק הכוחות ובריאות השלימה פונעם רב, און צוגעענדיגט אז מיר האבן אלע איין בקשה: 'ימים על ימי מלך תוסיף שנותיו כמו דור ודור', וענו כל העם אמן בקול רם.


דער רב האט אנגעהויבן א ניגון ריקוד, און געוויזן מיט די הענט אז דער ציבור זאל זיך אויפשטעלן טאנצן. דער ציבור האט זיך ארויסגעלאזט אין גאר פייערליכע טענץ, און מיט דעם איז פארענדיגט געווארן די טיש, בחצות הלילה.


שבת צופרי איז צוגעגאנגען צו פסוקי דזמרה הרה"ג ר' אברהם שמואל שליט"א נכדו חביבו פונעם רב, שחרית האט פארגעדאוונט הגאון ר' פנחס פריעדמאן.


די עליות איז צעטיילט געווארן צווישן די רבנים ודיינים און נגידים בעם. צו מוסף האט דער רב יורד געווען לפני התיבה, און נאכ'ן דאווענען האט דער משב"ק הרה"ח ר' שמעון וואלף קליין אויסגערופן אז דער מגיד מישרים הרה"ג ר' מנשה ישראל רייזמאן שליט''א וועט איבערגעבן א שיעור פרקי אבות שבת נאכמיטאג.


נאכ'ן דאווענען איז דער רב אראפגעקומען צום אולם הגדול, אפצורעכטן די קידושא רבא, און דערויף די סעודת היום, אינאיינעם מיט אלע געסט. שפעטער נאכמיטאג איז דער רב ערשינען צו תפלת מנחה, און דערויף איז פארגעקומען רעוא דרעוין.


דער רב האט משמיע געווען תורה אויפ'ן פסוק "וביום השבת", און ארומגערעדט איבער די שמחה וואס דער רבוש"ע פריידט זיך מיט אידישע קינדער ביום השבת. נאך די תורה האט מען געזינגען "בר יוחאי" לכבוד דעם בעפארשטייענדן הילולא דרשב"י.


הרה"צ ר' אהרן מרדכי שליט''א איז נתכבד געווארן מיט ברכת המזון. דערנאך איז געווען מעריב, הבדלה, ויתן לך, און דער ציבור איז אריבער וואונטשן א גוטע-וואך.


נאך א קורצע הפסקה האט זיך אנגעהויבן די זמני כניסה, ווען אלע נדיבים זענען ווייטער אריין לקודש פנימה און איבערגעגעבן זייערע תרומות הקודש פאר'ן פראיעקט פון די נייע בניני הישיבות. דער רב האט פאר יעדן נדיב געשאנקען א גאלדענע בעכער, און א לעדערנע תהילים פאר די ב"ב, און מאציל געווען ברכת קדשו מעומק לבו הטהור.


נאכדעם וואס אלע תורמים זענען אריבער, האט דער רב צוגערופן זיינע חתונה געהאטע אייניקלעך, און זיי געפרעגט וואס זיי נעמען אויף זיך למען המוסדות.


שפעטער איז אפגעהאלטן געווארן די גאר גייסטרייכע און גראנדיעזע מלוה מלכה וואס איז געווען שעות של תענוג רוחני פאר אלע משתתפים ונדיבים בעם, באגלייט מיט דרשות נלהבות און הארציגע אויפטריטן און רייכע פרעזענטאציע וואס האט מוסטערהאפטיג אראפגעשילדערט קורות ימי בעלזא דור אחר דור.


ארום 1:30 איז דער רב ערשינען אין זאל, און מפאר געווען על ראש המסובין באנפין נהירין, און מאציל געווען ברכת קדשו פאר אלע משתתפים.


נאכ'ן בענטשן האט מען זיך ארויסגעלאזט אין ריקודי שמחה, און דער זייגער האט שוין געהאלטן ביי נאך 3:00 אינמיטן נאכט, ווען מ'האט ארויסבאגלייט דעם רב בשירה וזמרה, און מיט דעם האט זיך געשלאסן דער היסטארישער שבת נועם הנשמות וואס וועט בלייבן איינגעקריצט בקורות חצר הקודש בעלזא אלס אומפארגעסליכע איבערלעבעניש וואס די משתתפים האבן זוכה געווען מיטצולעבן במחיצת הקודש.



bottom of page