top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

רייכע שבע ברכות פון חתן כלה נכדי האד' מבאבוב 45 בשילוב מיט יערליכע מסיבה איגוד השותפים פאר נגידי החסידות

  • לפני יומיים (2)
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' צו • ו' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN

אן עלעגאנטע שבע ברכות איז אפגעראכטן געווארן בחצר הקודש באבוב-45, לכבוד די חתונה פון חתן כלה אייניקלעך ביי כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א, קאמבינירט מיט די יערליכע מסיבה של מצווה "איגוד השותפים" פאר די גרעסערע תומכים וואס שליסן זיך אן מיט לכל הפחות זעקס און צוואנציג טויזענט דאללער יערליך, לטובת איחוד מוסדות באבוב 45, וואו די נדיבים תומכי המוסדות הקדושים האבן געהאט די זכיה מיטצוהאלטן געהויבענע מאמענטן אינאיינעם מיטן רבי'ן שליט"א כשהשמחה הכפולה במעונו.


דער מעמד איז פארגעקומען אין די פראכטפולע זאלן פון "עמינענס" אין בארא פארק, וואס איז געווען גאר רייך און עלעגאנט צוגעגרייט לכבודם פון די קרואי מועד, די חשובע תורמים וועלכע שטייען לימין המוסדות הקדושים. 


דער רבי שליט"א האט זיך געוואשן צום סעודת מלווה מלכה אינאיינעם מיט די נגידים, וואו מען האט געהאט די זכיה מסיב צו זיין בשבת אחים גם יחד כשהמלך במסיבו.


דורכאויס די סעודה האט דער רבי מכבד געווען מיט די זמירות די חשובע נגידי המוסדות, צווישן זיי הנגידים רבי שמואל זאנוויל שארף, רבי משה יעקב שארף, רבי שלמה גאלדשטיין, און הרה"ג רבי ישראל הלברשטאם שליט"א פון ארץ ישראל.


אלס יושב ראש המעמד האט געדינט דער טאלאנטפולער בעל דרשן און משמח אלוקים ואנשים הרב נחמן ליווי הי"ו, וועלכער האט אנגעפירט דעם מעמד בטוב טעם ודעת און משלב געווען דברי בדחנות לכבוד שמחת חתן וכלה.


א באזונדערע זכיה איז געווען צו הערן די דברות קודש פון כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א, איינע פון די חשובע הורי המוסדות, וועלכער האט באריכות ארויסגעברענגט זיינע רגשי הלב און די געוואלדיגע קורת רוח וואס ער שעפט טאג-טעגליך זעענדיג ווי זיינע קינדער ווערן נתחנך על דרך ישראל סבא אין די הייליגע מוסדות בנשיאותו פונעם רבי'ן שליט"א.


נאך די דרשה האט דער רבי מכבד געווען דעם קאסוב'ער רבי'ן מיט לחיים און צו טאנצן מיטן חתן, דערביי איז געשאפן געווארן א שיינעם מחול לצדיקים צווישן די צוויי אדמורי"ם שליט"א.


דערנאך זענען אלע נדיבים און שותפים דורך אל מול פני הקודש וואונטשן לחיים און מזל טוב און ערהאלטן ברכת קדשו פונעם רבי'ן.


פארן בענטשן האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש וואו דער רבי האט דערציילט סיפורי צדיקים און מקשר געווען די ענינים פון שמחת חתן וכלה מיט די גרויסע מצווה פון החזקת המוסדות.


א ספעציעלע התרגשות האט ארומגענומען דעם עולם ווען דער מנכ"ל המוסדות הרב יעקב יוסף שטיינמעץ האט אויפגעטרעטן און איבערגעגעבן א רייע פריידיגע בשורות פון הרחבת גבולי הקדושה, און בתוך דבריו מבשר געוווען אז מען האלט שוין אט אט ביים שליסן קאנטראקט פאר א ריזיגן קעמפ אין די קעטסקילס, באגלייט מיט הערליכע בילדער און דעטאלירטע פלענער.


צום שלוס פונעם מעמד האט דער רבי מכבד געווען הנגיד רבי מאטל טענענבוים מיט ברכת המזון, און דער רבי שליט"א האט געזאגט די שבע ברכות.



תגובות


bottom of page