top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קשר אחד: זעקס פרעכטיגע "שותפות'" דינערס דורך איחוד מוסדות באבוב-45

  • לפני 9 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' אמור • י''א אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברומי בלום - הילל ל"ש

מיט גייסטרייכע הרגשים האבן אלפי חסידי באבוב-45 מיטגעלעבט די אינהאלטסרייכע און אייגנארטיגע יערליכע דינער "קשר אחד" להחזקת המוסדות, וואס איז אויך היי-יאר אהערגעשטעלט געווארן אין א פארמאט פון זעקס קלענערע דינערס, דורכאויס די וואך פון פרשת אחרי קדושים אין די עמינענס זאל אין בארא פארק.


זונטאג פאר די אברכים צעירים נאך די חתונה, מאנטאג פאר די אינגעלייט ביז 34 יאר, דינסטאג פאר אינגעלייט ביז 46 יאר, און מיטוואך פאר די עלטערע אידן און זקני העדה. באזונדער זענען פארגעקומען מעמדים פאר די עמודים, די גרסערע נדיבים, און באזונדער פאר די חסידים תושבי וויליאמסבורג.

די סעריע דינערס האבן געטראגן דעם נאמען "קשר אחד - שותפות", וואו הונדערטער חסידים זענען געקומען זיך אנשליסן אלס שותפים נאמנים פאר די קיום המוסדות וואס וואקסט און בליהט לשם ולתפארת, די דינערס זענען פארגעקומען מלכותדיג אלעס אונטער די קלאנגען פון היימישע וואקאלישע נגינה, און אין א הערליך באצירטן זאל ביי עלעגאנט געדעקטע טישן אויף וועלכע עס איז סערווירט געווארן ברייטע סעודות כיד המלך.

אלס יושב ראש ביי די דינערס האט געדינט דער בארימטער רעדנער הרב ישראל שטערן פון לאנדאן, און די קאפעליע 'מקהלת ציון' און 'ילדי ציון' אינאיינעם מיטן בעל מנגן הרב מאיר אדלער פון ארץ ישראל האבן געהאלטן דעם ציבור געשפאנט מיט אן אינהאלטסרייכע פרעזענטאציע, מיטן נאמען "שאלי שרופה באש".


דאן האט מען יעדע נאכט געהערט דעם דעטאלירטן רעפאראט פונעם בודזשעט דורך הרב בנציון יוסף ריינהאלד, מנכ"ל פונעם פאנדרעיזינג אפיס און יו"ר מגבית קשר אחד.

דערנאך האט מען מיט יראת הכבוד זוכה געווען צו הערן די דברות קודש מלהבות אש פונעם נשיא המוסדות כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א, וועלכער האט משמיע געווען דברי התחזקות והדרכה צוגעפאסט צום גיל פון יעדע נאכט. ביים דינער פאר די צעירי האברכים אין די קהילה האט דער רבי מעורר געווען בגודל קדושת הבית ביי ערליכע חסידישע יונגעלייט, ביי די אנדערע דינערס האט דער רבי מרחיב געווען איבער דעם חוב פון גיין אין די הייליגע דרך וואס די רבי'ס האבן אונז געלערנט אין עבודת השם בדרך הממוצע, איבער עניני בין אדם לחברו, זיך צו האלטן אין א היימישע סביבה, און פארשטייט זיך ביי אלע דינערס ארומגערעט איבער דעם גרויסן זכות פון החזקת המוסדות.

באזונדער איז אפגעהאלטן געווארן די מעמד קשר אחד "שותפות" פאר די חסידים תושבי וויליאמסבורג קאמבענירט מיט א מסיבת מלוה מלכה, וואו דער רבי איז ספעציעל ארויסגעקומען און דערציילט סיפורי צדיקים כנהוג, ווי אויך איז פארגעקומען א ספעציעלע מעמד פאר קבוצת "העמודים" מנדבי הסכומים הגדולים. 

צום שלוס פון די מעמדים מידי לילה בלילה האבן די משתתפים געהאט די זכי' אריבערצוגיין מול פני הקודש, חתמ'נען אויף די שטרות און מקבל זיין ברכת הקודש פון רבי'ן שליט"א אויף הצלחה אין אלע ענינים.



תגובות


bottom of page