top of page
ק"ק סאטמאר בית שמש לעבט מיט לעכטיגע "ימי ביקור" בראשות הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א
דאנערשטאג פ' שמות • י"ט טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN הונדערטער תלמידי וחסידי סאטמאר תושבי ארה"ק בכלל, און תושבי בית שמש בפרט, האבן מיטגעלעבט היסטארישע ימי אורה ושמחה, בצילו פון כבוד הגה"צ אב"ד סאטמאר ירושלים שליט"א וועלכע איז ספעציעל געקומען אפרעכטן לעכטיגע "ימי ביקור" און דעם געהויבענעם "שבת ויחי" צווישן עדת חסידי סאטמאר תושבי בית שמש. פארלאפענעם דאנערשטאג ויחי האט דער רב שליט"א מופיע געווען בשערי בית שמש, צום אכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' חיים אליעזר וויזעל הי"ו, מח


האד' מסאטמאר רייזט אפ קיין פלארידע מבקר חולה צו זיין הנגיד ר' ישראל דוב גאלדבערגער שליט"א מגדולי תומכי בית סאטמאר
דינסטאג פ' שמות • י"ז טבת | בחצרות הקודש אין א היסטארישע שריט האט זיך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, נארוואס ארויסגעלאזט אויף א בליץ באזוך פון בלויז עטליכע שעה קיין פלארידע, מבקר חולה צו זיין דעם זקן נדיבי בית סאטמאר הרבני הנגיד ר' ישראל דוב גאלדבערגער שליט"א, וועלכע געפינט זיך אין א לאקאלע שפיטאל, צוליב א שטארקע בלוט אינפעקציע וואס האט זיך ליידער פארערגערט די לעצטע טעג זייענדיג דארט אויף אפרוה. די דאזיגע בליץ באזוך פונעם רבי'ן שליט"א איז גאר באדייטפול, שטייענדיג בלויז א טאג אייד


האד' מסאטמאר באזוכט די בוי ארבעט ביי די נייע פראכטפולע תקנה חתונה זאלן ״עדן יואל״ און ״עדן אלטא פייגא״
זונטאג פ' ויחי • ח' טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אחים לעטשעווסקי דעם פארלאפענעם דאנערשטאג נאכמיטאג האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א באזוכט אין די בוי ארבעט ביי די צוויי שפאגל נייע פרעכטיגע חתונה תקנות זאלן, וואו עס זעצט פאר די פיהערהאפטיגע עבודת הבני' מיט א גאלאפירענדע שנעלקייט, זיך גרייטנדיג בקרוב ממש אפצורעכטן די ערשטע חתונות צווישן די ווענט פון די צוויי נייע זאלן וואס וועלן שטארק לינדערן די קריזיס פון חתונה זאלן אין שטאט און די אומגעהויערע חתונה קאסטן פון מחותנים. די


מאנסי: דערהויבענע זאת חנוכה טיש געפראוועט בהיכל "מתיבתא תורה ויראה" דסאטמאר דורך האד' מסאטמאר - ריש מתיבתא
מיטוואך פ' ויגש • ד' טבת תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: איצי מ. דעם מאנטאג ביום זאת חנוכה האבן די קרוב צו צוויי הונדערט בחורי חמד תלמידי מתיבתא הקדושה תורה ויראה סאטמאר אין שטאט מאנסי געהאט די זכיה אז דער ריש מתיבתא קדישא כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט געפראוועט דעם שולחן הטהור בין כותלי הישיבה לכבוד האי יומא רבה זמן החתימה. ווי ברייט באריכטעט האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א דעם זומער מייסד געווען די נייע "מתיבתא תורה ויראה" געאייגנט אלס מקום תורה מיט א ספעציעלער מסגרת פאר


ולבקר בהיכלו: יערליכע חנוכה באזוך דורך האד' מסאטמאר אין מוסדות סאטמאר בארא פארק
מאנטאג פ' ויגש • ב' טבת -זאת חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש ווי יאר יערליך אין די ימי החנוכה איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אנגעקומען קיין בארא פארק אויף א באזוך אין די מוסדות בנשיאותו הרמה. דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול סאטמאר אויף די דריי און פופציגסטע גאס, אינאיינעם מיט די תלמידי כיתות ז' ח' ט', וואו דער רבי האט יורד געווען לפני התיבה צו הלל בהתעוררות רב. נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען פארגעקומען א ברית ביי איינער פון די חסידים וואו דער רבי איז געווען סנדק, און דע


רבבות חסידי סאטמאר פייערן הצלת הרה"ק מסאטמאר זי"ע ביי ריזן כינוס הודאה אין גיגאנטישן קראונהייטס ארמארי
זונטאג פ' מקץ • כ''ד כסלו - ערב יו"ט חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש תלמידי וחסידי סאטמאר זענען נאך אונטערן רישומא דקדושה פונעם גרויסן מעמד הודאה פארלאפענעם מיטוואך אויפדערנאכט ליל יום הצלה והשחרור כ"א כסלו, ווען אלופי אלפי ישראל האבן זיך צונויפגענומען תחת קורת גג אחד אינעם מאיעסטעטישן קראונהייטס ארמארי געביידע, וואס איז פארוואנדלט געווארן אלס א צענטער-פונקט פאר חסידי סאטמאר אומעטום, ווי מען האט זיך אינאיינעם געפריידט אויפן גרויסן נס אין דעם טאג וואס הרה"ק מסאטמאר זי"ע איז מיט איי


ווידיאו • מעמד הודאה לרגל כ"א כסליו בחצר הקודש סאטמאר אין גיגאנטישן קראונהייטס ארמארי
מוצאי שב"ק פ' וישב • כ''ג כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש


הונדערטער סאטמארער חסידים בני ציון מיטגעהאלטן מעמד הודאה לרגל כ"א כסלו בקרתא דשופירא אין ירושלים עיה"ק
דאנערשטאג פ' וישב • כ''א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גרויס פרייד און התרגשות האבן סאטמארער חסידים בקרתא דשופריא און פילע בני ציון היקרים געפייערט די געהויבענע מעמד חגיגת הצלה כ"א כסלו, לרגל די יום ההצלה והשחרור כ"א כסלו, ווען הרה"ק מסאטמאר זי"ע איז געראטעוועט געווארן מגיא צלמות, וואס איז געפראוועט געווארן אינעם גרויסן היכל אין קרית ויואל משה אין שפיץ פונעם געהויבענעם גאסט הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א וואס איז געקומען צופארן קיין ארצינו הקדושה אויף א קורצע באזוך בקרב הק


מעמד קביעת מזוזה ביים נייעם צייטווייליגער בית המדרש החדש דקהל יטב לב "שכונת פאירט וואורד" בראשות האד' מסאטמאר
דאנערשטאג פ' וישב • כ''א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם פארגאנגענעם ליל ששי וישלח העעל'ט איז פארגעקומען דער מעמד "קביעת מזוזה" פארן נייעם צייטווייליגער בית המדרש דקהל יטב לב אין שכונת "פאירט וואורד" אין בלומינגגראוו - קרית יואל, בראשות כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א. אין די לעצטערע וואכן האט מען געשלאסן די מקח אויף א נייע ריזיגע שטח אויף די פירר וואורדי גאס אין שכונת בלומינגראוו קרית יואל, אויפצובויען דערויף א פראכטפולער ריזיגער בבית המדרש החדש פאר די גאנצע אומגעגענט. אויף דעם פארג


דבר המלך: פרעזידענט טראמפ יר"ה אפגעשיקט בריוון צו מעמדי הודאה לרגל כ"א כסלו בחצרות הקודש סאטמאר
דאנערשטאג פ' וישב • כ''א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש אין א היסטארישער שריט האט דער אמעריקאנער פרעזידענט דאנעלד טראמפ יר"ה אפגעשיקט צוויי בריוון אדרעסירט צו די רבבות סאטמארער חסידים וואס האבן זיך נעכטן צוזאמגענומען ביי די מעמדי הודעה לרגל כ"א כסלו דער יום ההצלה והשחרור פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע ביים ביטערן צווייטן וועלט קריג. די בריוון, נכתב ונחתם בטבעת המלך, זענען פארגעליינט געווארן ברוב עם ביי ביידע מעמדים וועלכע זענען פארגעקומען אין די וואטערפראנט סקווער אין וויליאמסבורג, א


שבע ברכות רבתי בשמחת בית סאטמאר פארגעקומען אין נייעם "עטרת מלכה" חתונה זאל אין קרית יואל
מיטוואך פ' וישב • כ' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שאט די דאט,JDN פארגאנגענעם ליל ששי איז אין שטאט קרית יואל פארגעקומען א הערליכער "שמחת השבע ברכות" לרגל די שמחת החתונה פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א בן לחתנו הרה"צ ר' אלטר יעקב יצחק הכהן גלאנץ שליט"א, וואס איז פארגעקומען אינעם נייעם פראכטפולן חתונה זאל "עטרת מלכה" אינעם בנין הבית רחל החדש בנין גאלדבערגער. די שבע ברכות איז פאררופן געווארן דורך די הנהלת המוסדות פון די ריזיגע אימפעריע "מוסדות סאטמאר קרית


ווידיאו • פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א באשיינט ביים מעמד הודאה כ"א כסלו אין קהילת סאטמאר ירושלים
מיטוואך פ' וישב • כ' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש קרעדיט : יחיאל רייכמאן


קאנגרעסמאן פעט רייען באזוכט ביי האד' מסאטמאר צו בעפארשטייענדע 2026 וואלן
מיטוואך פ' וישב • כ' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש נעכטן פארמיטאג איז אריבערגעקומען לביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין וויליאמסוברג דער קאנגרעסמאן "פעט רייען" וועלכער פארטרעט די איינוואוינער קרית יואל צווישן זיינע אריבער א דריי פערטל מיליאן בירגער אינעם 18 דיסטריקט - אין וואשינגטאן. דער קאנגרעסמאן איז געקומען אפנעמען א ברכה פאר זיין ווידערוויילונג, אין באגלייטונג פון פראמינענטע עסקנים ואישי הציבור. בין הדברים האט מען באהאנדלט דעם חינוך פראבלעם, וואו דער רבי שליט"א


מרוגש'דיגע שבע ברכות לרגל שמחת בית סאטמאר אפגעראכטן בבית הנגיד ר' יואל לאנדא הי"ו מיוחד פאר יתומים
דינסטאג פ' וישב • י"ט כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם זונטאג אוונט איז פארגעקומען א פריוואטע שבע ברכות לרגל די שמחה במעון הקודש פון כ''ק האדמו"ר מסאטמאר שליט''א פאר אלע יתומים, יונגלעך און בחורים פון די קהלה ומוסדות הק׳ סאטמאר איבער גרעיטאר ניו יארק, וועלכע האבן ליידער נישט קיין טאטע אדער מאמע ל''ע. די שבע ברכות איז אפגעראכטן געווארן אויף א פראכטפולער פארנעם אין שטוב פון הטספר המרומם הנגיד ר' יואל לאנדא הי"ו דער בריח התיכון פונעם "יעודד" ארגאניזאציע וועלכער טוט זיך אפגעבן מיט ד


געהויבענער באזוך פון האד' מסאטמאר אין לעיקוואוד להחזקת המוסדות
מיטוואך פ' וישלח • י''ג כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש תלמידי וחסידי סאטמאר אין דעם סאטמארן ישוב אין לעיקוואוד, האבן געהאט די זכי' צו מקבל זיין פני נשיא העדה כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וועלכער האט אפגעשטאט א בליץ באזוך אין די קהלה ומוסדות הק' אין לעיקוואוד אויף לענגערע שעה'ן במשך פאריגן זונטאג וישלח העעל"ט. דער רבי שליט"א איז ארויסגעפארן באלד זונטאג אינדערפרי ממעון קדשו אין וויליאמסבורג, אנקומענדיג קיין לעיקוואוד איז דער רבי שליט"א צוגעפארן תיכף לבנין ביהמ"ד הגדול אין דעם היימ


רבבות חסידי סאטמאר וועלן פייערן נס הצלה פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע דעם כ"א כסלו אינעם ריזן 'קראונהייטס ארמארי'
מיטוואך פ' וישלח • י''ג כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש טויזנטער תלמידי וחסידי סאטמאר קוקן ארויס מיט שפאנונג אויפ'ן גרעסטן יערליכן צוזאמקום זמן קהילה לכל אין צוגאב צו א רייע מעמדי קודש לשם ולתפארת, לרגל די יום ההצלה והשחרור כ"א כסלו, ווען הרה"ק מסאטמאר זי"ע איז געראטעוועט געווארן מגיא צלמות, די גרויסע טאג וואס איז מיוחד ביי חסידי סאטמאר אלס די יום ההודאה, און דערביי ווערט אויסגענוצט די געלעגנהייט צו שטיצן די מוסדות הקדושים מיסודו פונעם בעל הנס, און ארויסצייגן הכרת הטוב פאר די הנהלת


הערליכער "מעמד פתיחת השערים" צום ערשטער זמן החורף אינעם ניי–געגרינדעטן "מתיבתא תורה ויראה" ד'סאטמאר
מיטוואך פ' וירא • י''ד חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש א גאר דערהויבענע מעמד התחלת הזמן ופתיחת הישיבה איז אפגעראכטן געווארן דעם דאנערשטאג נאכמיטאג אינעם ניי-געגרינדעטע "מתיבתא תורה ויראה" ד'סאטמאר וואס האט נארוואָס געעפענט די טויערן אין א פראכפטולע לאקאל אין שטאט מאנסי. ווי ברייט באריטעט דעם זומער האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א מייסד געווען די נייע "מתיבתא תורה ויראה" געאייגנט אלס מקום תורה מיט א ספעציעלער מסגרת פאר די מער עלטערע בחורים יוצאי ישיבה גדולה ד'סאטמאר, נאכן משלים זיין ז


וויליאמסבורג: גרויסארטיגע סאטמארער חתונה פארגעקומען אינעם ניי-רענאווירטן ביהמ"ד הגדול דקהל יטב לב דסאטמאר
מוצאי שב"ק פ' נח • ג' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יוסי גאלדבערגער בחדוה עילאה האבן אלפי תלמידים וחסידי סאטמאר מיטגעלעבט די געהויבענע שמחת נישואין בחצר הקודש פון אן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וועלכע איז אפגעראכטן געווארן ברוב פאר והדר בסימן טוב ובמזל טוב בהיכל ביהמ"ד הגדול דסאטמאר אין וויליאמסבורג. די גרויסארטיגע חתונה איז געווען די ערשטע שמחה בבית צדיקים וואס איז געפראוועט געווארן אינעם נייעם היכל ביהמ"ד הגדול דקהל יטב לב דסאטמאר וויליאמסבורג. דער ביה


ווידיאו • מעמד נעילת החג וברכת הקודש מוצאי יום טוב שמחת תורה בחצה"ק סאטמאר
מיטוואך פ' נח • ל' תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש


חַג הַסֻּכֹּת תַּעֲשֶׂה לְךָ • יום טוב סוכות און שמחת תורה בחצר הקודש סאטמאר
מאנטאג פ' נח • כ"ח תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: הלל ליכטענשטיין - אחים לעטשעווסקי טויזנטער סאטמארער חסידים און אורחים פון אומעטום האבן מיטגעלעבט א געהויבענעם יום טוב סוכות שמחת שמחתינו בצל הקודש, ווען צום קלימאקס איז אפגעראכטן געווארן די לעכטיגע צווייטע טעג יום טוב אין ביהמ"ד הגדול סאטמאר אין וויליאמסבורג אויף ראדני סטריט, וועלכע איז היי יאר פילפאכיג פארברייטערט געווארן לקראת ימי הרחמים והרצון. אנגעהויבן פון פרייטאג ערב שבת חול המועד ביי די מנין תפלת שחרית פון כ"ק


bottom of page
