20'טע יומא דהילולא פון הרה"ק בעל ברך משה זי"ע אפגעהאלטן געווארן מיט גרויס התעוררות בצל בנו האד' מסאטמאר
- 15 באפר׳
- זמן קריאה 3 דקות
מיטוואך פ' טהרה • כ"ח ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

קרעדיט: שלמה ב. - איצי מ.
מיט גרויס התעוררות און התרגשות דקדושה האבן אידן בכל קצוי תבל און ספעציעל רבבות אלפי תלמידי וחסידי סאטמאר אפגעצייכנט דעם פארגאנגענעם מאנטאג תזריע טהרה, כ"ו ניסן, די יומא דהילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל ברך משה זי"ע.
מאנטאג אינדערפרי, ביומא דהילולא קדישא, איז בנו וממלא מקומו בקודש כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אנגעקומען אין שטאט קרית יואל. דער רבי שליט"א איז אריינגעקומען צו תפלת שחרית אין ביהמ"ד ברך משה, בתוככי בנין התלמוד תורה בנין גאלדבערגער, אינאיינעם מיט די הונדערטער תלמידי המוסדות פון די עלטערע כיתות.
נאך תפלת שחרית און דער מסיבת לחיים לכבוד היום איז דער רבי שליט"א אנגעקומען אינעם אויפבליענדן "שכונת ויואל משה" אין קרית יואל, צום שמחת הברית מילה פון בן העסקן הנמרץ הר"ר יואל פאזען שליט"א. נאכן ברית מילה איז דער רבי שליט"א אריבער צום שטח הבנין אינעם צענטער פונעם שכונה, וואו עס ווערט אויפגעבויעט דער ריזיגער בנין בית המדרש "בית יקותיאל דקהל יטב לב", וואס אנטשפרעכט צו זיין בעז"ה דער גרעסטער סאטמארער געגנט-ביהמ"ד. דער רבי שליט"א האט זיך אומגעקוקט מיט א קורת רוח אויף די בוי-ארבעט, אשר כולו אומר כבוד, און אנגעוואנטשן די עסקנים.שפעטער איבערן טאג האט זיך דער רבי אויפגעהאלטן בביתו פון בנו הגדול הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א אויף קוויקוועי ראוד.
אינצווישן האט זיך דער רבי איינגעשפארט פאר א לענגערע וויילע מיט בנו דער רב שליט"א, וואו מען איז אינאיינעם איבערגעגאנגען דעם נייעם ספר "קול יהודה – סדר בראשית", די חידושי תורה פונעם סאטמארער רבי'ן שליט"א, וועלכער גייט צום דרוק אין די נאנטע צוקונפט בעז"ה. דערנאך איז פארגעקומען א אסיפה מיוחדת אינאיינעם מיט די ועד פון "בוני המלוכה", לקראת דעם בעפארשטייענדן מסע המרומם לקברי צדיקים אין אייראפע בראשות דעם רבי'ן שליט"א.
ארום 5:30 נאכמיטאג איז דער רבי שליט"א אנגעקומען צום ציון הקדוש, אין באגלייטונג פון הונדערטער חסידים – בחורי חמד, בעלי בתים ואברכים, און נכדי בעל ההילולא זי"ע. דער רבי שליט"א איז אריין אין אוהל הקודש; אלס שליח ציבור האט געדינט אחיו הגדול הגה"צ אב"ד זענטא שליט"א, דערנאך האט דער רבי שליט"א געלייענט קוויטלעך און פארגעלערנט משניות.
שפעטער אין טאג איז דער רבי שליט"א אנגעקומען אויף ניחום אבלים ביי משפחת ווייס שיחיו, אויף דער פטירה פון הרה"ח ר' זלמן לייב ווייס ע"ה, פון די גדולי נדבנים ותומכי קהלות ומוסדות סאטמאר קרית יואל, וועלכער איז ליידער פריצייטיג נפטר געווארן פארגאנגענע אחרון של פסח.
ארום 8:00 אווענט איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען אין היכל בית המדרש הגדול אין קרית יואל צום סעודת ההילולא. דער היכל איז געווען איבערגעפילט מקצה אל הקצה, בהשתתפות מיט פילע טויזנטער אידן – זקנים עם נערים, בעלי בתים ואברכים, בחורי חמד, רבני ועיני העדה – כולם נקבצו ובאו לפונדק אחד, ובראשם האבן זיך משתתף געווען די קינדער פונעם בעל ההילולא, הגה"צ אב"ד זענטא שליט"א און הגה"צ גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א.
דער סעודת הילולא איז געווען קאמבינירט אינאיינעם מיטן "דינער השנתי" פאר מוסדות יטב לב אין בני ברק, וואו מען האט איינגעשריבן אלפי תושבי קרית יואל מיט חודש'ליכע התחייבויות להחזקת המוסדות. מען האט געהערט די דבר המוסד פון הרה"ח ר' אברהם ישעי' ראזענבערג שליט"א, מנהל המוסדות, ווי אויך פון הרה"ח ר' הערשל שלעזינגער שליט"א, מראשי הנהלת המוסדות אין אמעריקא.
דער משא הקודש ודבר ההילולא האט דער רבי אנגעהויבן מיט א שילוב פון סיום הש"ס לתחילתו, און דערביי מאריך געווען במשנתו פון אביו הגדול בעל ההילולא זי"ע, ווי עס איז אים שטענדיג געליגן פאר די אויגן אנצוהאלטן די הייליגע פקדון פון זיין פעטער הרה"ק מסאטמאר זי"ע, און זיך קלאמערן אין זיינע הייליגע וועגן וואס ער האט אונז מנחיל געווען. דער רבי שליט"א האט דערביי מעורר געווען דעם ציבור צו שטיצן די מוסדות על טהרת הקודש ברחבי ארה"ק, ובפרט די הייליגע מוסדות יטב לב אין בני ברק. אזוי אויך האט דער רבי ארויסגעברענגט לשבח דעם הייליגן מוסד "קרן הצלה", וועלכער פארטיילט ריזיגע מיליאנען פאר מוסדות על טהרת הקודש.
עס איז שוין געווען אין א שפעטע שעה ווען דער רבי האט מכבד געווען אחיו הגדול הגה"צ אב"ד זענטא שליט"א מיט ברכת המזון על הכוס.



































תגובות