תורתו מגן לנו: וויליאמסבורגער גאסן פארפלייצט מיט רבבות אידן ביי היסטארישע חגיגת "הכנסת ספר תורה" פון האד' מסאטמאר
- לפני 4 דקות
- זמן קריאה 6 דקות
פרייטאג פ' בהר בחוקתי • כ''א אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אחים לעטשעווסקי - שלמה ב. - אייזיק ג. - י שטיין
אלפי תלמידי וחסידי סאטמאר מכל מקומות מושבותהים האבן מיטגעלעבט א הייליגע היסטארישע איבערלעבעניש בשמחת התורה דעם ל"ג בעומר נאכמיטאג, ווען דער רועה נאמן לעדתו כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט אפגעראכטן די היסטארישע חגיגת הכנסת ספר תורה, וואס דער רבי שליט"א האט אליינס געלאזט שרייבן בהידור רב במשך די לעצטערע יארן מקיים צו זיין די מצוה פון 'ואתם כתבו לכם את השירה הזאת על ספר'.
אט אין דעם גרויסן טאג פון ל"ג בעומר הילולת התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי אשר לכל ישראל האיר בסוד תורה הבהיר, האבן אלופי אלפי ישראל תלמידי וחסידי סאטמאר מכל מקומות מושבותיהם זוכה געווען זיך מיטצופרייען מיטן רבינ'ס שמחה, די הייליגע לעכטיגע שעה'ן פון שמחת התורה בקרב קהלא קדישא הדין בהאי יומא רבא.
אשרי עין ראתה קהל קדושים רוגשים, אן אומבגלויבליכן מחזה הוד האט זיך באוויזן אויף די הויפט וויליאמסבורג גאסן, וואס איז ווי פארשווארצט געווארן מיט צענדליגער טויזענטער אידן, אנשים נשים וטף, זקנים עם נערים, רבנן ותלמידיהון, כולם נקבצו באו לך, זיך מיטצופרייען מיטן רבינ'ס שמחה, זייענדיג זוכה לברך על המוגמר ביים אריינגעבן זיין אייגענע הייליגע ספר תורה, במעמד אלפי ישראל ויהי בישורון מלך בהתאסף ראשי עם יחד שבטי ישראל, והיה כשבתו על כסא ממלכתו וכתב לו את משנה תורה הזאת על ספר!
די מעמד האט זיך אנגעהויבן ארום 4:30 נאכמיטאג, ווען דער רבי שליט"א איז אנגעקומען בביתו נאוה קודש פון הרה''ק מסאטמאר זי"ע אויף 500 בעדפארד עוו. צום ערשט האט דער רבי אפגעראכטן א "מסיבת לחיים", ווי עס האבן זיך באטייליגט די משפחת בני המלוכה, ונאמני ביתו.
ארום 5:10 האט זיך אנטפלעקט דאס מחזה הוד ווען דער רבי שפאנט ארויס פון די נאסטאלגישע דירה טרעפ מבית קודש הקדשים, טאקע באותו מקום קודש ווי דער הייליגער סאטמארער רבי זי"ע האט אנגעהויבן זיין עבודה צו פארשפרייטן תורת אמת אינעם טריפה'נעם אמעריקאנער באדן, באותו מקום קודש טוט דער רעיא מהימנא קדישא ממשיך דרכו בקודש ארויספירן זיין הייליגע ספר תורה וואס סימבאליזירט די ווייטערדיגע גלאררייכע המשכת הדורות פון תורה, עבודה, יראה, קדושה, על דרך ישראל סבא.
ווי נאר דער רבי שליט"א איז ערשינען על פני חוצות מיט די ספר תורה אין די האנט, האט דער ריזן ציבור זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע טענץ בעוז ובתעצומות, נאכגייענדיג די מלכות'דיגע חופה וואס איז פרעכטיג אהערגעשטעלט געווארן לכבודה של תורה.
צוערשט איז אפגעהאלטן געווארן דער רירענדער מעמד "כבוד התורה" פאר די אלפי תלמידי המוסדות פון איבער גרעיטאר ניו יארק און ניו דזשערסי, און אפילו פון די ווייטע קאנאדא. די אלפי התשב"ר זענען געווען פלאצירט אויף די הויפט טעילאר גאס צווישן בעדפארד און לי עוו., אט דער נאסטאלגישער גאס ווי עס איז שוין אינעם עבר אפגעהאלטן געווארן א ריי מעמדי קודש פון קידוש שם שמים, ועכשיו קדושה ראשונה קידשתה לשעתה.
דער רבי שליט"א איז ארויף אויף די בימת הכבוד, און די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגוני התעוררות, ויהי זרעי, אני מאמין, די נענועים ניגון, אהבה רבה, און דאן האט מען געהערט די ווערטער פונעם מלמד הרה"ג ר' יואל שווארץ שליט"א וועלכער האט דערמאנט אז דא אויף דעם פלאץ איז פאריאר כ"א כסלו אפגעהאלטן געווארן דער אומפארגעסליכער מעמד אדיר קבלת פנים פאר די הונדערטער מסירת נפש'דיגע מנהלים על טהרת הקודש אין ארץ ישראל, און יעצט איז מען צוריק דא אויסצושרייען דעם "זאת התורה לא תהא מוחלפת", דערמאנענדיג אז דער רבי שליט"א האט טאקע צום ערשט געוואלט אפרעכטן די מעמד הכנסת ספר תורה אום יום טוב שבועות, אבער צום סוף האט דער רבי באשלאסן דוקא אז מ'זאל מאכן די הכנסת ספר תורה ל"ג בעומר אז די טייערע צאן קדשים זאלן דאס קענען מיטהאלטן, צו חזר'ן דעם "ח"ו שתשתכח תורה מישראל", און ווי פאסיג איז דאס צו חזר'ן מיט די צאן קדשים וואס טוען פארווירקליכן דעם שלא תשכח מפי זרעו.
דערנאך איז ארויפגעקומען צום רבי'ן די צוויי מנהלים הרה"ג ר' משה יהודה פריעדמאן שליט"א און הרה"ג ר' אלכסנדר חיים אשכנזי שליט"א, וועלכע האבן איבערגעבן פאר'ן רבי'ן די "מנחת ביכורים", א רשימה פון הונדערטער בחורים פון אלע סניפי ישיבה קטנות פון איבעראל וואס האבן געלערנט 25 שעות רצופות אלס הכנה צו די מעמדי קודש.
צוויי ילדי חן פון די תלמידי המוסדות אין מאנסי האבן אויפגעזינגען פאסיגע חרוזים לכבוד המאורע, אריינגעפלאכטן דערין שטיקלעך פון אידרא און מאמרי רבי שמעון.
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן לכל הקהל הקודש מיט א קול חנוק מדמעות, דערמאנענדיג אז "בנינו ערבים", אויף די קינדער פארלאזן מיר זיך אז זיי וועלן ברענגען די גאולה.
תיכף דערויף איז דער רבי אריבער צום פארנט פון די אויבן-אן, וואו עס איז געווארן צוגעגרייט א מלכות'דיגע מקום הריקודין אין די גאנצע לענג פון די גאס, פון באלד 500 פיס, אויסגעלייגט מיט רויטע טעפיכער, אויף וואס דער רבי שליט"א האט זיך ארויסגעלאזט אין פלאם פייערדיגע טענץ וספר תורה בידו, דריי מאל הין-און-צוריק, ובו ירוץ צדיק ונשגב מיט א געוואלדיגן קאך און ברען בשמחת התורה.
דערנאך איז די רבי שליט"א ארויף מיט די ספר תורה אויף די קעניגליכע קארעטע וואס איז געווען צוגעגרייט ביי טעילאר סט. קאר. לי עוועניו, און די תהלוכה איז דורכגעפארן פאנט פון אלע אלפי תשב"ר, און דאן זיך איינגעדרייט אויף בעדפארד עוו. ווי ס'האט זיך באוויזן א מחזה הוד פון די תהלוכה טוט פארזעצן אויף די הויפט "בעדפארד עוועניו" גאסן, במעמד אלופי אלפי ישראל, וועלכע האבן אריינבאגלייט דעם הייליגן תורה מיט ריקודי קודש בשמחת התורה לקול תרועת הזמר.
אונטער די קעניגליכע קארעטע איז געווען צוגעטשעפעט אן עקסטערע פלאטפארמע, וואו עס האבן באשיינט די משפחת המלוכה און די רבני חברי הביד"ץ דקהל יטב לב שליט"א און נאך פילע רבני עיר וויליאמסבורג, וועלכע זענען זיך געקומען מיטפרייען בשמחתו פונעם רבי'ן שליט"א.
די תהלכוה מיט די ריקודין עילאין האט פארגעזעצט ביז ראדני סטריט, ווי דארט האט דער רבי איבערגענומען די ספר תורה בידיו הטהורות, און אריינגעפירט בבנין בית מדרשו של רבי, ביהמ"ד הגדול סאטמאר אשר בהיכלו כולו אומר כבוד.
צום ערשט איז דער רבי שליט"א אריין בחדרו הפרטי אויף א קורצע הפסקה, בעת ווען דער ציבור שטיפט זיך אריין אין ביהמ"ד הגדול, וואס נאך איידערן ארויספארן פון טעילאר סט. נאכן מעמד "כבוד התורה", איז שוין דער ביהמ"ד געווען איבערגעפילט מקצה אל קצה עד אפס מקום ממש תחת קורת גג אחד בפונדק אחד, וועלענדיג באצייטנס כאפן א פאסיג ארט מיטצוהאלטן די געהויבענע ריקודי אש קודש.
טראץ דעם וואס דער היכל הגדול איז געווען אויסגערישט מיט די מאקסימום פלאץ, פארנוצנדיג יעדן איינציגסטן אינטש, מיט הויכשטאקיגע פארענטשעס רינגס ארום אלע פיר זייטן, איז דאס געווארן בליץ שנעל פול, און טויזנטער אידן האבן זיך מער נישט געקענט אריינשטופן, און געמוזט מיטהאלטן פונדרויסן
דער געדרענג אין ביהמ"ד איז געווען עד אין לשער, זאגאר אז פונעם התייסדות בית המדרש הגדול האבן כותלי בית המדרש נאכנישט ערהאלטן אזא ציבור עצום פון אלופי אלפי ישראל, און עס איז געווען מערקבאר יעדע פאר מינוט וואו עס ווערט אויפגעהויבן דער נייער סיגנאל פון "4 פינגערס", וואס סיגנאליזירט א הצלה-רוף.
אין צענטער פון ביהמ"ד איז געווען א ספעציעלע פלאטפארמע פאר די משפחת המלוכה, דעם רבי'נס קינדער און אייניקלעך. ווי דארט האט דער רבי שליט"א אפגעראכטן די הייליגע ריקודי קודש.
אן עלעקטראנישע שטראם פון שמחה האט זיך אראפגעלאזט אויף די טויזנטער חסידים ווען דער רבי שליט"א האט זיך באוויזן אין ביהמ"ד וספר תורתו בידו, זיך ארויסלאזנדיג אין גאר פייערליכע טענץ אויף די "זעקסטע הקפה ניגון", זייענדיג מפזז ומכרכר בכל עוז ותעצומות פאר נאנט צו א האלבע שעה נאר אויף דעם ניגון מיט אן אויסטערלישן ברען, און כסדר מעודד געווען די טענץ מיט די הענט, שלא כהרגלו. בו ירוץ צדיק נשגב לקול תרועת הזמר, עליונים ששו ותחתונים עלזו בקבלת תורה מסיני.
דערנאך האט דער רבי מכבד געווען אחיו הגה"צ אב"ד זענטא שליט"א צו טאנצן, און דערנאך גיסו הגה"צ גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א און הגה"צ רבי מאיר שפיץ שליט"א אב"ד ביסטריץ, און דערנאך מכבד געווען יעדן קינד באזונדער, און די חברי הביד"ץ.
מ'האט געזינגען נאך עטליכע ניגוני שמחה וניגוני ל"ג בעומר און דערנאך האט דער רבי שליט"א צוגעטרעטן צום היכל ה' און מ'האט אנגעהויבן "שאו שערים ראשיכם", און דער רבי האט אריינגעלייגט די ס"ת אין ארון הקודש.
דער רבי האט פארגעזאגט לדוד מזמור פסוק בפסוק כנוסח סיגוט סאטמאר בהתעוררות רב, ויענו כל העם אחריןו פסוק בפסוק, דערנאך האט דער רבי געזאגט קדיש, און דאן מאציל געווען ברכת קדשו לכל העם הנאספים, זאגנדיג אז פון ל"ג בעומר הייבט זיך אן די הכנה פאר קבלת התורה, איז טאקע יעצט די צייט צו מאכן די ריכטיגע הכנות פאר קבלת התורה, און די תורה הק' וועט משפיע זיין אלעס גוטס.
מ'האט דאן ארויסבאגלייט דעם רבי'ן בשירה וזמרה, און דער רבי איז אריבער אין זאל פון "עדן לאנדא" וואו ס'איז פארגעקומען די סעודה לגומרה של תורה, אויף א פריוואטע פארנעם געאייגנט פאר די בני משפחת המלוכה.
למחרתו דאנערשטאג פרשת בהר בחקותי ביי תפלת שחרית האט דער רבי שליט"א זוכה געווען צום ערשטן מאל לעלות לתורה אויף זיין אייגענע ספר בבית מדרשו של רבי ביהמ"ד הגדול, ווי די עליות און די כיבודים זענען פארקויפט געווארן פאר טייער געלט, האבענדיג די זעלטענע זכי' עצומה צו קענען האבן א חלק אין אזא הייליגע ספר תורה. און די הכנסות איז געגאנגען לטובת דעם רבינ'ס כולל "כולל בוקר" בהיכל ביהמ"ד הגדול.









































































































