שהחיינו: האד' מסאטמאר צום ערשטן מאל עולה אויף נייעם ספר תורה נאך היסטארישע ימי החגיגה ל"ג בעומר
- לפני 22 דקות
- זמן קריאה 1 דקות
מאנטאג פ' במדבר • כ"ה אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

דעם דאנערשטאג בהר בחקותי ביי תפלת שחרית האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א זוכה געווען צום ערשטן מאל לעלות לתורה אויף זיין אייגענע ספר בבית מדרשו של רבי ביהמ"ד הגדול, ווי די עליות און די כיבודים זענען פארקויפט געווארן פאר טייער געלט, האבענדיג די זעלטענע זכי' עצומה צו קענען האבן א חלק אין אזא הייליגע ספר תורה. און די הכנסות איז געגאנגען לטובת דעם רבינ'ס "כולל בוקר" בהיכל ביהמ"ד הגדול.
דעם רביס עלי' שלישי איז אפגעקויפט געווארן פארן אסטראנאמישן סומע פון 35,000 דאללער, דורך הרבני הנגיד ר' בעריש בערגער הי"ו ראש הקהל סאטמאר לאנדאן. אויך אין די שפעטערדיגע מנינים אין ביהמ"ד זענען די מצוות אויפן רבינס ספר תורה פארקויפט געווארן פאר ריזיגע סכומים.
נאכן דאווענען האט דער רבי אפגעראכטן א שולחן לחיים וואו ער האט משמיע געווען דברות קודש און דער ציבור איז דורך וואונטשן לחיים.
מיט אט די הייליגע און לעכטיגע מאמענטן האט זיך געשלאסן די הערליכע קייט פון מאורעות נשגבות וואס איז געווען א חטיבא אחת פון התרוממות און התעלות בשמחת וכבוד התורה.








