אדמור"י ורבני עיר וויליאמסבורג ביי סיום כתיבת האותיות אין ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א
- לפני 7 שעות
- זמן קריאה 1 דקות
מיטוואך פ' בהר בחוקתי • י"ט אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

דעם מאנטאג ערב ל"ג בעומר האט זיך אנגעהויבן די קייט פון ימי החגיגה בחצר הקודש סאטמאר, ווען כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט מסיים געווען זיין מהודר'דיגע ספר תורה, ביים מעמד סיום כתיבת האותיות בביתו נאווה קודש אין וויליאמסבורג.
דורכאויס די טאג איז געווען א געלעגנהייט פאר די ראשי הקהילה, נדיבים בעם און רבני הקהילה ופני העדה, אריינצושרייבן אן אות אינעם נייעם ספר תורה, איבערהויפט זענען אריבערגעקומען די אדמור"י ורבני עיר ואם בישראל וויליאמסבורג לכבודו פונעם סאטמארער רבי'ן מפארי האדמור"ים אין שטאט.
צווישן די פילע אדמור"י ורבני העיר האבן זיך אנגעזעהן האדמור"ים מפאפא, וויזשניץ וויליאמסבורג, דינוב, קאשוי, סקולען וויליאמסבורג, ישועת יעקב סקולען, קיוויאשד, תולדות צבי ספינקא, גאלאנטא, צעהלים, הרבנים הגאוה"צ גאב"ד סאטמאר מאנסי, גאב"ד יאוואזשנא, זענטא, באלחוב, קאזלוב, תהילת ישראל, סאדילקאב, וואלקאן, סענדזשארדזש, ניימארק, דומ"ץ טאהש וויליאמסבורג, בית אהרן, פריימאן, חברי הבד"ץ דקהל יטלב לב אב"ד פיאע, אב"ד מכלל יופי, הגה"צ רבי לייבוש פריעדמאן שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד הגדול סאטמאר און נאך.
דער רבי שליט"א האט מכבד געווען די חשובע אדמורי"ם און רבנים אריינצושרייבן א אות, און דערנאך מכבד געווען מיט כיבוד, וואו דער רבי האט זיך ווארעם געוואונטשן בברכות לרוב מיט די אדמור"ים ורבנים חשובים און פארפירט שיינע שמועסן בענין כתיבת ספר תורה און מעניני דיומא ארום דעם גרויסן טאג פון ל"ג בעומר.













