top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

נסיעה רוממה "בוני המלוכה" צו די קברי צדיקים אין אייראפע דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א | חלק א'

  • 15 במאי
  • זמן קריאה 4 דקות

פרייטאג פ' במדבר • כ"ח אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

די הונדערטער סאטמארער נדיבים משתתפי מסע הקודש "בוני המלוכה" אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א ובניו הגאוה"צ שליט"א האבן נארוואס דערגרייכט דעם עיר העתיקה קראקא אין פולין, נאך א לעכטיגע געהויבענע טאג פון תפלה ותחנונים, מיט זעק און פעק ישועות און א רפואות.


נעכטן דאנערשטאג צופרי האבן דעם רבינס טשארטער פליגער אינאיינעם מיט די הונדערטער משתתפי הנסיעה געלאנדעט אינעם לופטפעלד אין שטאט סאטמאר - ראמעניע, דער רבי מיט'ן עולם האבן זיך גלייך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צום עיר האבות סיגעט, אנקומענדיג איז מען תיכף צוגעפארן צום שול הויף, מקום שהתפללו בו די צדיקים עצי התמרים דור אחר דור, וואס איז געווארן ספעציעל אויסגערישט לכבוד די משתתפי הנסיעה מיט אלע געברויכן.


גלייך ביים אנקומען האבן אלע משתתפים אריינגעכאפט א טבילה במקוה, דערנאך איז די רבי שליט"א אריינגעקומען צום געהויבענעם מעמד הכנה לציון אין היכל הביהמ"ד; הר"ר מענדל סאמעט הי"ו האט געעפנט דעם מעמד און אויפגערופן הרה"ח ר' יוסף יוספא ווייסמאן שליט"א מחשובי חסידי סאטמאר בעיר לאנדאן, וועלכער האט במתק לשונו פאסיג ארויסגעהויבן די זכיה פון די משתתפים וואס זענען ממשיך די כח הקדושה פון אונזערע סיגוטע רביים, באתרא דמר קרית מלך קרית יואל.נאכן זינגען דעם סיגוטער נענועים ניגון בהתעוררות רב, האט מען זוכה געווען צו הערן דברי התעוררות ברגש קודש פון רבי'ן שליט"א וועלכער האט ארויסגעברענגט די זכיה ארויסצוגיין פוקד זיין די ציונים הקדושים, נאכדעם וואס מען איז זוכה צו מקיים זיין דעם אגורה באהלך עלמים און דורכדעם איז מען זוכה צו שפתותיו דובבות בקבר.


דער רבי שליט"א האט געטרונקען לחיים און געגעבן שיריים פאר די מארגני הנסיעה און ראשי הקהלה, באזונדער האט דער רבי געגעבן שיריים פאר די עסקני השול הויף, בנש"ק הרב אשר ישעי הורוויץ שליט"א און ר' שלמה הערש עקשטיין הי"ו.דאן איז דער גאנצער ציבור אין שפיץ פון רבין שליט"א ארויפגעגאנגען צום אהל הקדוש אין סיגוט. איידער דער רבי איז אנגעקומען אויפן בית החיים האט מען געהערט דברים נלהבים לעורר הלבבות דורך המשפיע הגה''צ רבי יחזקאל ראפאפרט שליט''א פון לאנדאן.ביים אריינקומען אינעם אהל איז דער רבי צום ערשט צוגעגאנגען צום ציון הקדוש פונעם הייליגן ייטב לב זי"ע וואס דער רבי טראגט זיין הייליגן נאמען. דער רבי האט מדליק געווען די נירות און דערנאך געזאגט די תפילות קודם תהלים, און אליינס געדינט אלס שליח ציבור לאמירת תהלים, און דערנאך געזאגט דעם יהי רצון מיט שפאלטנדע בכיות, און געליינט קוויטלעך.


דערנאך איז דער רבי צוגעטראטן צום ציון הקדוש פונעם הייליגן קדושת יו"ט זי"ע. הרה"צ רבי חנני' יו"ט ליפא שליט"א וואס טראגט דעם נאמען נאכן זיידן האט געדינט אלס ש"ץ.


צום לעצט האט דער רבי צוגעטראטן צום ציון הקדוש פון פונעם הייליגן עצי חיים זי"ע. אלס שליח ציבור האט געדינט הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א, וועלכער טראגט דעם נאמען פון הייליגן זיידן זי"ע.


דאן האט דער ציבור פארלאזט דעם בית החיים און אריבער עסן פת שחרית וואס איז געווען צוגעגרייט בהרחבה גדולה אין בנין השול-הויף, און קורצליך דערויף האבן די צענדליגער באסעס פארלאזט סיגוט אויפן וועג צום שטאט סאטמאר, וואו דער קומענדיגער דעסטינאציע איז געווען אין היסטארישן שטאטישן שול, בית מדרשו של רבי, וואו הרה"ק מסאטמאר זי"ע האט משמש געווען ברבנות פארן קריג, און אין דעם מקום קדוש אפגעראכטן די תפילות און געהאלטן די דרשות אין די הייליגע טעג און נאך זמנים אין יאר.דער רבי שליט''א האט זיך אומגעקוקט אינעם בית הכנסת, ווערנדיג ארומגעוויזן דורך הרה"ח הישיש ר' אלתר יחזקאל גליק שליט"א שו"ב, א יליד סאטמאר, וועלכע האט דערציילט זיינע נאסטאלגישע זכונות פון דעם מקום, וואו ער איז אויפגעוואקסן אלס קינד. נאך א הארציגע מוזיקאלישע פרעזענטאציע אנגעפירט דורך די משוררי בית סאטמאר האט מען געדאוונט מנחה אינעם שול בהתעוררות רב.


פון סאטמאר האט זיך דער ריזיגער ציבור ארויסגעלאזט קיין אוהעל, וואו עס האט שוין אפגעווארט די צווייטע גרופע וואס זענען געקומען צופליען מיטן צווייטן טשארטער פליגער - לעת ינטו צללי ערב האט מען דערגרייכט דעם מקום מנוחת קדשו פונעם הייליגן ישמח משה אין שטאט אוהעל.


איידער דער רבי שליט"א איז ערשינען אין אהל הקדוש האט מען געהערט א פייערדיגע דרשה נלהבה פון הרה"ג רבי לייבוש דייטש שליט"א מגיד מישרים אין די סאטמארע קהילה אין קרית יואל, וועלכער האט אריינגעברענגט דעם ציבור בהכנה דרבה לקראת די היסטארישע רגעים.


תיכף ווען דער רבי שליט"א איז ערשינען אין אהל הקדוש האט ער אנגעהויבן די דברות קודש מלהבות אש, בקול בכי וחנוק מדמעות, מעורר צו זיין דעם זכות אבות פון מרן הישמח משה, וועלכער האט אזוי פיל מעורר רחמים געווען פאר ישועות ישראל ושמחתן, דער רבי האט מיט הארציגע טרערן מעמקי הלב ארומגערעדט איבער די שווערע נסיונות הזמן וואס רייסט אוועק אידישע דורות אויסשרייענדיג "בניך ובנתיך נתונים לעם אחר ואין לאל ידינו!" וויפיל עלטערן פארלאזן טרערן אויף זייערע קינדער וואס ווערן אוועקגעריסן פון אידישן וועג, רח"ל! דער רבי האט דערמאנט די פילע צרות ישראל און עקסטער דערמאנט די חשוכי בנים המצפים לישועה זאגנדיג "איך האב דא א קוויטל פון איבער פופציג פארפעלקער המצפים לישועה בזרע של קיימא!דער רבי שליט"א האט מעורר געווען דעם גאנצן ציבור אז אינאיינעם מיט די תפילות דארף מען מקבל זיין "קבלות טובות" צו אפהיטן אונזערע דורות מיט א חומה בצורה פון די שווערע נסיונות הזמן! בסיום דבריו האט דער רבי שליט"א מרעיש עולמות געווען איבער דעם ביטערן גזירות הגיוס וואס הויערט אויף אחינו בני ישראל אין ארצינו הקדושה וואו איבער הונדערט טויזנט בחורים שטייען אויס צו ווערן אריינגעשלעפט אין דעם טריפה'נעם מיליטער רח"ל! דער רבי שליט"א האט מסיים געווען מיט א ברכת הקודש, ברכות לרוב לקהל עדתינו, שימלא ה' משאלות לבבינו לטובה, והשיב לב אבות על בנים ולב בנים על אבותם אמן.דאן האט דער רבי שליט"א מכבד געווען בנו הגה"צ אבד"ק סיגוט שליט"א צו דינען אלס שליח ציבור, און דער רבי שליט"א האט מסיים געווען דעם יהי רצון ווען דער ציבור זאגט נאך די י"ג מידות של רחמים בקול ה' בכח.


מיט שטורמישע געפילן האט מען זיך געגרייט צום הויכפונקט פונעם מעמד קודש לאמירת תפלת השל"ה וואס איז מקובל צו זאגן בהאי יומא דקא גרים ערב ראש חודש סיון. הרה"ג רבי לייבוש דייטש שליט"א האט נאכאמאל גערעדט קורצע דיבורים לעורר רחמים רבים, ער האט דערמאנט הייליגע דיבורים וואס הרה''ק מסאטמאר זי"ע דערמאנט אין הקדמה צום ויואל משה, איבער דעם זכות פון הייליגן ישמח משה שיאמר לצרותינו די.


בקולות וברקים, בבכיות ותחנונים האט דער גאנצער פארזאמלטער ציבור - אינאיינעם מיט די טויזנטער חסידים סאטמאר די בכל אתר ואתר וואס האבן מיטגעהאלטן דעם מעמד דורכן הוקאפ, - אנגעהויבן זאגן דעם הייליגן אויסגעווייקטן "תפלת השל"ה", וואס איז פארגעזאגט געווארן דורך הרה"ג ר' לייבוש דייטש שליט"א מילה במילה, ווען די הימלען העכער אוהעל זענען געשפאלטן געווארן פון די טייכן טרערן וואס זענען פארגאסן געווארן באתו מקום קדוש.


נאכן מעמד עלי' לציון הק' אין איהעל האט דער רבי געדאוונט מעריב אינעם הכנסת אורחים סמוך ונראה צום ציון הק' און דאן זיך ארויסגעלאזט קיין קראקא אריבער די גרעניץ אין פולין, וואו עס וועט געפראוועט ווערן די היסטארישע שבת מלכתא בצל הקודש.



תגובות


bottom of page