למען ייט"ב לך: האד' מסאטמאר מקיים געווען מצוה נדירה פון שילוח הקן
- לפני 22 שעות
- זמן קריאה 1 דקות
זונטאג פ' בהר בחוקותי - י"ז אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

פארגאנגענעם ליל שישי האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א מקיים געווען די מצוה נדירה פון שילוח הקן, פארנט פון גרויסן סאטמארער ביהמ"ד אויף ראדני סט. אין וויליאמסבורג.
ווען עס איז אונטערגעקומען דעם געלעגנהייט ווען אויף איינע פון די ביימער ביים ביהמ"ד איז נזדמן געווארן א נעסט וואס א מוטער האט דערויף געהויערט אויף איהרע קינדער, האט מען מכבד געווען דעם רבי'ן מיט די מצוה וואס לאו בכל יומא איתרחש, און דער רבי שליט''א האט באלד צוגעשטימט מקיים צו זיין די מצווה צום ערשטן מאל אין לעבן און זוכה זיין די געוואלדיגע סגולות המצווה וואו די הייליגע תורה שרייבט למען ייטב לך והארכת ימים.
דאנערשטאג נאכט נאך תפילת מעריב איז דער רבי ארויסגעקומען אויף ראדני סטריט וואו ער האט מקיים געווען די מצווה בטירחא דגופא. דערנאך האבן די חסידים אויסגעבראכן מיט ניגוני שמחה לחיי מלכא און דער רבי האט אנגעוואונטשן און באדאנקט די עסקנים פארן מזכה זיין מיט אזא מצווה חשובה און מאציל געווען מברכת קדשו פאר אלע משתתפים.










תגובות