הכנות צו היסטארישער שמחת הכנסת ספר תורה פון האד' מסאטמאר דעם ל״ג בעומר אין פולן שוואונג
- לפני 50 דקות
- זמן קריאה 4 דקות
מיטוואך פ' אמור • י''ב אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

אלפי חסידי סאטמאר פון איבער דער גארער וועלט ציילן שוין די לעצטע טעג צום היסטארישן חגיגה וואס מען וועט אי"ה האבן די זכי' מיטצוהאלטן אין די קומענדיגע ימי אורה ל"ג בעומר, ביים מחנך זיין די נייע ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן בתכלית ההידור והיופי דורך רעיא מהימנא כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וואס וועט שטיין בראש פון די פייערליכע מעמדים לכבודה של תורה.
דאס התרגשות צווישן די רבבות חסידים, הקרובים והרחוקים, איז אויפן העכסטן שטאפל, זיך גרייטנדיג מיט אן הכנה דרבה צו די פייערליכע מעמדים, וועלכע רופט ארויס אן אויסטערלישן רגש של שמחה ביי כל קהלא קדישא. די הכנות צו די גרויסע ימי אורה זענען אין פולן שוואונג, און גאנצע גרופעס פון עסקנים ארבעטן פלייסיג איש איש על מחנהו ודגלו, מסדר צו זיין אלע פרטים, רוחניות'דיגע און טעכנישע דעטאלן.
דער היסטארישער קייט פון מעמדים וועט זיך אי"ה אנהייבן ביים צענטראלער מעמד מאנטאג נאכט, אור ליום ל"ג בעומר, ווען עס וועט אפגעראכטן ווערן דעם גראנדיעזן מעמד "סיום כתיבת האותיות" אינאיינעם מיטן "שלחן הטהור" לכבוד הילולא דהתנא האלקי רשב"י. כדי צו קענען אקאמאדירן דעם אומגעהויערן פלוס פון אלפי אלפי ישראל וואס קומען זיך צונויף כאיש אחד בלב אחד, האבן די עסקנים ארויסגעדינגען דעם גיגאנטישן "דאגלעס גרינהויז קאמפלעקס" אין די ברוקלין נעיווי יארד, א מאסיווער שטח פון פינף-און-צוואנציג טויזנט סקווער-פיס - וואס וועט פארוואנדלט ווערן אין א מעכטיגע פעסטונג צוגעפאסט פאר אזא גרויסארטיגן מעמד.
דער זאל וועט ווערן אויסגעשטעלט אויף א מוסטערהאפטיגן פארנעם, מיט 12-שטאקיגע פארענטשעס פון ברעג צו ברעג, מיט טויזנטער זיץ-ערטער פארן גאנצן ציבור און א פראכטפולער מזרח וואנט וואו עס וועט זיין צוגעגרייט א באזונדערע אפטיילונג פאר רבנים, דיינים און זקני החסידים.
אנגעהויבן פון ארום זעקס אזייגער נאכמיטאג וועט זיין צוגעגרייט נארהאפטיגע סענדוויטשעס פאר די אלפי בחורי חמד אין א באזונדערע אפטיילונג, פארן גאנצן ציבור וועט סערווירט ווערן א סעודה רחבה לכבוד היום אין די ערשטע שעה'ן פונעם מעמד, און במשך די נאכט וועט זיין צוגעשטעלט ווארעמע מאכלים פאר די פילע טויזנטער משתתפים.
כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וועט אי"ה ערשיינען צום מעמד ההוד לפאר על ראש שמחתו בשעה 9:30. דער רבי שליט"א וועט זיך וואשן צום סעודת היום, תיכף דערויף וועט מען האבן די זכי' מיטצוהאלטן ברגש עילאה דעם גמר כתיבת האותיות אינעם אייגענעם ספר תורה וואס דער רבי האט געלאזט שרייבן בהידור רב ותרועת מלך בו, נאכגעפאלגט מיט די מצוה פון הגבהה, לקול תרועת הזמר בריקודין עילאין, דערנאך וועט דער גאנצער עולם האבן די זכי' צו הערן דעם "דבר ה' ברמה", ווען דער רבי שליט"א וועט משמיע זיין דעם משא המעמד און דברי הדרכה בקדושת היום ובחובת השעה ודבר חינוך הטהור, בלילה כיום יאיר במשנתו פונעם הייליגן תנא.
נאך די ניגוני התעוררות און הדלקת הנרות לכבוד היום וועלן די רבבות חסידים זיך ארויסלאזן אין פייערליכע ריקודין לכבוד התנא אלקי רבי שמעון בר יוחאי, באגליייט דורכ'ן בעל מנגן נפלא הר״ר יואל קליין הי״ו מראשי המשוררים אין ״מירון״ בהילולת התנא, און ראש המשוררים בחצרות סאטמאר הר״ר יששכר גוטמאן אינאיינעם מיט ״חסידיש״ כאר און מירונ׳ער אינסטרומענטן, מיט די הייליגע אויסגעווייקטע ניגונים וואס מ'זינגט אין דעם גרויסן טאג.
צומארגנס דינסטאג בהילולת התנא אלקי רשב"י, וועט דער עיר ואם בישראל וויליאמסבורג לובש זיין בגדי תפארתה צו דער תהלוכה לכבודה של תורה, ווען אלפי ישראל זקנים עם נערים וועלן זיך ארויסלאזן אין די גאסן אפצוגעבן דעם ריכטיגן כבוד התורה.
די גאנצע שטאט וועט פארוואנדלט ווערן אין איין שטיק שמחה, ווען רבבות אלפי תלמידי וחסידי סאטמאר, מלובשים בבגדי שבת, וועלן אפווארטן דעם ספר תורה בקול ששון ובקול שמחה אויף דער ריזיגער "טעילאר גאס" ביי בעדפארד עוועניו. דארטן וועט אויפגעשטעלט ווערן א פראכטפולע פלאטפארמע פאר כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א און הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א, צום היסטארישן מעמד "כבוד התורה" ברחובה של עיר, וואו עס וועט זיך אנטפלעקן א מחזה הוד ווען א לגיון של מלך פון פילע טויזנטער צאן קדשים, תלמידי המוסדות הקדושים פון גרעיטער ניו יארק און ניו זשערסי, וועלן אפווארטן מיט קרוינען און פענער לכבוד התורה ומגינה בטהרה אויף ספעציעלע אויפגעשטעלטע פלאטפארמעס ברחובה של עיר. דער מעמד וועט זיך אנהייבן מיט ניגוני דביקות והתעוררות דורך אלפי תינוקות של בית רבן, נאכגעפאלגט מיט פייערדיגע ריקודים תחת כיפת השמים.
דער הויכפונקט פון דער תהלוכה וועט זיין ארום 4:30 נאכמיטאג ווען דער רבי שליט"א וועט ארויספירן דעם ספר תורה המהודרת מביתו נאוה קודש פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע אויף 500 בעדפארד עוו. אשר ממנו תצא תורה וקדושה לכל בית ישראל, און וועט שפאנען אויף א ספעציעל געבויעטער חופה-פלאטפארמע לענגאויס בעדפארד עוועניו, פון טעילאר סטריט ביז וויליאמסבורג סטריט. די היסטארישע פראצעסיע וועט דורכגיין די לאנגע שורות פון אלפי תשב"ר ותלמידי הישיבות, בשירם ובזמרם, לקול תרועת השמחה און אין באגלייטונג פון טויזנטער אנשים נשים וטף, די פרויען וועלן קענען מיטהאלטן די תהלוכה פון די באשטימטע פלעצער אויף ליע עוועניו און בעדפארד עוועניו וואו עס וועלן זיין ספעציעלע פלאטפארמעס פאר די נשים.
נאך די תהלוכה האדירה בחוצות וויליאמסבורג וועט דאס ספר תורה גרייכן צום פלטרין של מלך, דעם בית המדרש הגדול אויף ראדני סטריט, וואו די עסקנים האבן פארזיכערט פארברייטערטע אריינגענג דורך עפענען אלע טויערן וואס פירן אריין צום פאליש. דער גאנצער היכל וועט זיין ארומגערינגלט מיט פיר זייטן הויכשטאקיגע פארענטשעס צו אקאמאדירן דעם אומגעהויערן מענטשן-פלוס פון רבבות אלפי ישראל וואס קומען זיך פרייען בשמחתו פונעם רבי'ן שליט"א.
דארטן וועלן אפגעראכטן ווערן די ריקודין עלאין לכבודה של תורה, ווען דער רבי שליט"א וועט טאנצן אויף א ספעציעלע העכערע פלאטפארמע כדי אלע רבבות המשתתפים זאלן קענען מיטהאלטן די געהויבענע מאמענטן. תיכף נאכ'ן אמירת "לדוד מזמור" וועט אפגעראכטן ווערן א געהויבענער מעמד "לחיים רבתי" בתוככי היכל בית המדרש, וואו דער רבי שליט"א וועט משמיע זיין ברכת הקודש לכל העם הנאספים.










תגובות