top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

נסיעה רוממה "בוני המלוכה" צו די קברי צדיקים אין אייראפע דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א | חלק ב'

  • לפני 52 דקות
  • זמן קריאה 9 דקות

דינסטאג פ' נשא א' • ג' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

א ווייטערדיגע באריכט פון נסיעה הרוממה "בוני המלוכה" דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א און דער געהויבענער שבת מעין עולם הבא אין עיר העתיקה קראקא.


דאנערשטאג נאכט גלייך ביים אנקומען אינעם פראכטפולן פינעף שטערנדיגע האטעל זענען אלע בוני המלוכה ענטפאנגען געווארן דורך די חשובע עסקנים.


ביי א ספעציעלן טישל איז געשטאנען די שטאב פון "ללכת", אין שפיץ פון ר' דוד לאנדא הי"ו, וועלכע האבן פארטיילט פאר יעדן זיין קארטל צום צימער, ווי אלע פעקלעך האבן שוין געווארט אין די צימערן.


בלויז א שעה נאכן אנקומען אין האטעל, ווען יעדער האט זיך נאך מסדר געווען אין די צימערן, האט מען שוין געהערט די אויסרופונגען איבער מניני שחרית.


אונטן אויפן ערשטן שטאק זענען אויסגערישט געווארן עטליכע חדרי תפלה אויף די נעמען פון די שטיבלעך אינעם גרויסן ביהמ"ד אין קרית יואל, וואס האט געגעבן פאר אלעמען א היימישן געפיל אין ווייטן קראקע.


גלייך נאכן דאווענען האט א גרויסער עולם זיך געלייגט כאפן א קורצן דרימל ביז די באסעס וועלן ארויספארן קיין צאנז. אין די זעלבע צייט איז געווען אנגעגרייט פרישטאג פארן ציבור.


מיטאג צייט אנקומענדיג צוריק קיין קראקא נאכן פוקד זיין דעם ציון הק' אין צאנז, איז געווען צוגעגרייט "טועמיה" פאר אלע משתתפי הנסיעה.


בשעתן איבערבייסן דעם "טועמיה" איז דער רבי שליט"א אריבער דעם עס־זאל און זיך אומגעקוקט וויאזוי דער ציבור גרייט זיך צום גרויסן שבת קודש.


הגה"צ רבי אריה ראזענפעלד שליט"א דומ"ץ סאטמאר קרית יואל וחבר הביד"ץ איז ארומגעגאנגען אינאיינעם מיט די עסקנים מסדר צו זיין דעם עירוב לכבוד שבת קודש.


א שעה פארן זמן הדלקת נרות האט זיך דער ציבור פארזאמלט צום גרויסן שאטער וואס האט געדינט אלס ביהמ"ד. די ווענט זענען געווען באהאנגען מיט שילדן און צורות ענליך צום היכל ביהמ"ד הגדול סאטמאר אין קרית יואל — סיי די פענסטער, סיי דעם ארון הקודש, און אפילו די פענסטער צום ווייבער־שול.


מיט גרויסע אותיות איז געשטאנען "אהל אליהו - היכל אלטר יחזקאל", על שם די צוויי בוני הבית — הרבני הנגיד ר' אברהם יקותיאל יערמיאש שליט"א און הרה"ח ר' אלטר יחזקאל גליק שליט"א.


דער רבי שליט"א איז אריינגעקומען מלובש בבגדי שבת אינאיינעם מיט בניו הגאוה"צ שליט"א. מען האט צוגעגרייט פארן רבי'ן די נייע ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן דורך חברי הקהלה פון קרית יואל, און דער רבי שליט"א האט אריינגעשריבן די לעצטע אותיות. דערנאך האט מען געזינגען ווארימע ניגונים, און דער בדחנא דמלכא הר"ר נחמן ליווי הי"ו איז מכובד געווארן צו גראמען לכבוד דעם ליכטיגן זמן.


דערנאך האט דער רבי שליט"א זיך אויפגעשטעלט מאכן די הגבה באגלייט מיט ריקודין לכבודה של תורה, ווען דער גאנצער ציבור האט זיך ארויסגעלאזט אין געהויבענע טענץ.


שפעטער האט דער רבי שליט"א מדליק געווען די נרות לכבוד שבת קודש און געמאכט דעם זיכוי הפת.


ביים זמן הדלה"נ איז דער רבי שליט"א ארויס פאר א קורצע הפסקה, און בשעת מעשה האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' שלום שרגא פאפלאנאש שליט"א, וועלכער האט ארומגערעדט אז צו פארן צום רבי'ן קען מען נוצן אפילו מעות מעשר, ווייל דערפון שעפט מען יראת שמים פארן גאנצן לעבן.


שפעטער איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צו תפלת מנחה מלובש מיטן הייליגן טלית פונעם הרה"ק בעל ישמח משה זי"ע וואס איז ספעציעל מיטגעברענגט געווארן אויף די נסיעה, און אנגעהויבן בקול ה' בהדר: "הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו".


נאך מנחה האט מען געהערט א פייערדיגע דרשה פון הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א, וועלכער האט ארויסגעברענגט דעם געהויבענעם באדייט פונעם שבת קודש און די זכי' צו פוקד זיין די ציונים הקדושים.


צו קבלת שבת איז צוגעגאנגען דער בעל מנגן ר' יששכר גוטמאן הי"ו, וועלכער האט מענג געווען דעם ציבור מיט ווארימע ניגונים. צו ספירה האט מען זוכה געווען אז דער רבי שליט"א האט יורד געווען לפני התיבה בקול אדיר וחזק.


נאך ספירה האט מען אנגעהויבן זינגען זמירות בראשות דער רבי שליט"א, וועלכער האט מעריך געווען דעם ערשטן טייל פונעם טיש ברוב עם הדרת מלך. דער התעוררות'דיגער קידוש פונעם רבי'ן שליט"א האט אפגעקלינגען מיט א הילכיגן "אמן" צווישן די קראקע גאסן.


דאן איז דער ציבור אריבער צום גרויסן היכל שווימער, וואו עס איז געווען צוגעגרייט די סעודת שבת קודש. דער ציבור האט זיך געזעצט אויף די פלעצער וואס זענען געווען צוגעגרייט מיט מאכלים און מעדנים לכבוד שבת קודש, און מען האט געמאכט קידוש און זיך געוואשן צו די ליכטיגע סעודה.


צום ערשט האט אויפגעטרעטן הר"ר מענדל סאמעט הי"ו און אויפגערופן הרב יוסף יוזפא ווייסמאן שליט"א, וועלכער האט מוסיף געווען א קורצע נקודה אויף זיין הערליכן דרשה אין שטאט סיגוט.


דערנאך האט אויפגעטרעטן דער בארימטער משמח אלקים ואנשים הר"ר נחמן ליווי הי"ו מיט פאסיגע דברי פרפראות לכבוד שבת קודש.


אין לויף פון די סעודה האט מען כסדר געהערט דעם זיסן קול פון הר"ר יששכר גוטמאן הי"ו, וועלכער האט געזינגען ניגונים לכבוד שבת קודש אינאיינעם מיט די חברי המשוררים דק"ק סאטמאר קרית יואל.


בעפאר די פלייש איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען מעריך זיין שלחנו הטהור לכבוד שבת קודש, און דאן האט מען געהערט די פייערדיגע דרשה פון הגאון ר' אברהם ערנטרויא שליט"א רב ביהמ"ד זכרון בנימין אנטווערפען ור"מ בישיבת ווילרייק. דער חשובער בעל־דרשן האט ארויסגעהויבן די זכי' פון די משתתפים וועלכע זענען זוכה מחזק צו זיין די רבי'נס קהלה, און ווייטער אויסשרייען דעם יסוד וואס מ'האט שטענדיג געהערט — "אין עוד מלבדו".


בשעת די דרשה איז דער גאנצער זאל געווען צוגענאגלט צו די זיץ־פלעצער, און דער ציבור האט געשלונגען מיט דורשט די זיסע ווערטער פונעם פה מפיק מרגליות.


נאכן זינגען "כל מקדש" און "מנוחה ושמחה" האט מען זוכה געווען צו הערן דברות קודש פונעם רבי'ן שליט"א אויף די פרשת השבוע. הערליכע דברי תורה איבער די אהבה וואס אידן זענען זוכה צו באקומען פונעם רבוש"ע דורך תורה ומצוות, און ווי שבת קודש איז דער הכנה צום זמן מתן תורתינו.


דערנאך האט מען געזינגען "ק-ה אכסוף" און "ק-ה ריבון" מיט אן אש קודש וואס האט אריינגעשלעפט דעם גאנצן זאל אין א להבת שלהבת. שפעטער האט מען געזינגען "לק-ל אשר שבת", און הר"ר נחמן ליווי הי"ו האט אויפגעטרעטן מיט חרוזים און איבערגע'חזר'ט די דברי תורה פונעם רבי'ן שליט"א, צום גרויס הנאה פונעם ציבור.


נאכן בענטשן האט מען אריינגעברענגט די פירות, און דער רבי שליט"א האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן "אז ביום השביעי". די עסקנים האבן דערנאך ארויפגעשיקט שיריים פון די פירות פארן ציבור.


דערויף האט ר' אייזיק דאסקאל הי"ו אויסגערופן אז מען גייט שוין בענטשן, היות עס איז שוין כמעט א האלבע שעה צום עלות.


בצפרא דשבתא האט זיך פון אינדערפרי אנגעזען א גרויסער ציבור וואס איז אויפגעשטאנען פרי צו אריינכאפן א בלאט גמרא אדער תהלים פארן דאווענען. דער היכל התורה היכל שמואל איז געווען איבערגעפילט מיט א גרויסער ציבור וועלכע האבן אויסגענוצט דעם געהויבענעם זמן ללימוד התורה.


צו די באשטימטע זמן בשעה 10:00 האט זיך דער היכל הביהמ"ד אנגעהויבן צו אנפילן מיט די חשובע בוני המלוכה. דער רבי שליט"א האט יורד געווען לפני התיבה צו עד הנה, און אריינגעשלעפט דעם גאנצן ציבור אין א העכערן שבת'דיגן גייסט.


נאך שחרית איז פארגעקומען דער מעמד הכנסת ספר תורה, ווען דער רבי שליט"א איז מעריך די געהויבענע ריקודין לכבודה של תורה. וינועו אמות הסיפים.


נאך די געהויבענע ריקודין האט מען געליינט אין די תורה. די עליות זענען פארקויפט געווארן פאר גרויסע סכומים און אלע אידן וואס האבן עולה געווען האבן זוכה געווען צו מלבש זיין דעם הייליגן טלית פון הייליגן ישמח משה זי"ע.


ביי די עליות האבן די נדיבים בעם געשנאדערט פרישע סכומים הגונים פאר די הייליגע קהלה. עס האט באשיינפערליך געוויזן די ווארימקייט פון די נדיבים מחזק צו זיין די הייליגע קהלה איינמאל און נאכאמאל. דער רבי שליט"א האט עולה געווען ביי די פסוקים וואו מען ליינט איבער 'דגל מחנה יהודה', און דערנאך יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מוסף.


נאך מוסף האט דער ציבור זיך געוואנדן צום גרויסן היכל שווימער צו די געהויבענע סעודה. כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשניה איז די סעודה געווען צוגעגרייט ברוב פאר והדר כולו אומר כבוד.


ביי די סעודה האט אויפגעטרעטן מיט א הערליכע דרשה דער בארימטער מגיד הרה"ג ר' שלום שרגא פאפלאנאש שליט"א וועלכער האט ארומגערעדט לויט זיין אייגנארטיגן שטייגער איבער די זכי' פון אלע אידן צו געבן געלט פאר סאטמאר און אז דער רבי איז זיכער משפיע בני חיי ומזוני רויחי. ער האט ארומגערעדט נאך אינטערעסאנטע נקודות, צווישן אנדערע האט ער ארויסגעברענגט אז מען מוז האבן די יונגע כוחות וואס זאלן אריינשפרינגען אין פרישע פראיעקטן, בלויז מיט די יונגע כוחות קען מען אויפטון להגדיל תורה ולהאדירה.


דער בעל מנגן ר' יששכר גוטמאן הי"ו האט אריינגעשלעפט דעם גאנצן ציבור צו מיטזינגען די ניגוני שבת קודש. ער האט זיך ארומגעדרייט צווישן דעם ציבור הנאספים און דער ציבור האט צוזאמען געזינגען די זמירות לכבוד שבת.


אין לויף פון די סעודה האט מען נאכאמאל געהערט שיינע אויפטריטן פון הר"ר נחמן ליווי וועלכער האט מהנה געווען דעם ציבור. אין א שפעטע שעה האט מען געענדיגט די סעודה און געבענטשט. דער ציבור איז געבליבן צוגעשמידט צו די פלעצער, און א גרויסער טייל פונעם עולם האבן זיך צוגעזעצט צו די משוררים און געזינגען נאך ניגוני שבת קודש מיט גרויס התלהבות.


אין די שפעטע נאכמיטאג שטונדן איז פארגעקומען צוויי הערליכע שיעורי תורה מיט די באטייליגונג פון א גרויסער ציבור דורשי ומבקשי השם.


דער ערשטער שיעור איז פארגעלערנט געווארן דורך דעם בארימטן מגיד נפלא הר"ר אהרן הערש פריינד שליט"א, וועלכער האט הערליך געשילדערט די רייכע היסטאריע פון דעם אור אלטן שטאט קראקא, באגלייט מיט הערליכע עובדות און סיפורים וואס ער האט דערציילט פון די צדיקי וקדושי עליון וואס זענען באערדיגט געווארן אין ארטיגן בית החיים.


דערנאך איז פארגעקומען א הערליכער שיעור פרקי אבות דורך הגאון ר' חיים ארי' שפיץ שליט"א ראש ישיבת ווילרייק.


דער ראש הישיבה האט זיך געשטעלט אויף דעם וואס די נסיעה ווערט גערופן בוני המלוכה, וואס ווי באקאנט טוט דער שוואגער דער רבי שליט"א ממאס זיין אין דעם געדאנק פון מדמה זיין אונזער קהלה צו א מלוכה. ער האט מפי ספרים וסופרים מבאר געווען די חשיבות פון די נדיבים בעם וועלכע זענען זוכה צו בויען דעם ממלכת שמים, און דאס איז דער באדייט פון די בוני המלוכה.


דערנאך האט דער ציבור געמאכט דעם וועג אין ביהמ"ד אריין וואו מען האט געדאוונט מנחה און זיך געזעצט צו סעודת רעוא דרעוין.


דער של"ס האט געטראגן א העכערן באדייט דארט אין ווייטן קראקא, עס האט פאסיג ארויסגעברענגט דעם בני היכלא דכסיפין, יהון הכא בהאי תכא דבי מלכא בגילופין.


ביי די דברי תורה האט דער רבי שליט"א מבאר געווען דעם פרשת השבוע מיט דברי הכנה לקבלת התורה וואס דער ציבור האט געשלינגען מיט דורשט.


נאכן בענטשן און מערבית האט דער רבי געמאכט הבדלה און מוציא געווען דעם גאנצן ציבור. דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין וואס האבן אנגעהאלטן א לענגערע וויילע ביז די לאקאלע פאליציי האבן פארארדנט אויסצולעשן די מוזיק. דאן האט מען געהערט הערליכע דברי חרוזין פון הר"ר נחמן ליווי וועלכער איז איבערגעלאפן דעם גאנצן סדר השבת מבואו ועד צאתו.


דערמיט האט זיך געשלאסן דער געהויבענער שבת קודש, און דער ציבור איז זיך צוגעגאנגען. איש על מחנהו ואיש על דגלו.


במוצאי מנוחה צו די באשטימטע צייט האט זיך דער גאנצער ציבור פארזאמלט צו די רייך געדעקטע טישן אין דעם גרויסן היכל שווימער צום צענטראלן מעמד "עיר המלוכה" צו אפגעבן דעם פאסיגן הכרת הטוב פאר די חשובע נדיבים בעם, די בוני המלוכה.


די משוררים אין שפיץ פון ר' יששכר גוטמאן האבן מהנה געווען בשירה וזמרה און אלס יושב ראש איז נתכבד געווארן הרה"ח ר' נפתלי אלימלך ווייס הי"ו. ער האט פאסיג ארויסגעברענגט די הרגשים פונעם ציבור און דער היסטארישער באדייט פון דעם ליכטיגן שבת קודש בצל הקודש.


ער האט מכבד געווען דעם לעגענדארן ראש הקהל הנגיד החסיד ר' מענדל שווימער שליט"א מיט דעם דבר הנהלת הקהלה. ר' מענדל האט זיך באדאנקט פאר אלע נדיבים און דערנאך האט ער פארציילט עטליכע עובדות וואס ער האט אליין מיטגעלעבט בהלו נר הרה"ק מסאטמאר זי"ע על ראשינו.


דאן האט מען זוכה געווען צו הערן דברות קודש פון דער רבי שליט"א וועלכער האט גערעדט קורצע דיבורים, אבער זעלטענע ווערטער וואס האט געצייגט זיין טיפן הכרת הטוב פאר די נדיבים בעם. דער רבי האט געזאגט אז די אלע אידן העלפן אים אין די עבודת הקודש אלס 'המביא' דורון לתלמיד חכם, דאס איז דער פעטער הרה"ק מסאטמאר זי"ע, וואס דאס איז אלעס זיינע בתי מדרשים און זיין עבודה טוען מיר ממשיך זיין. דער רבי האט עקסטער דערמאנט לשבח די ראשי הקהלה מיט זייערע נעמען וועלכע גיבן זיך אוועק מיט מסירת נפש לרומם קרנות צדיק.


דערנאך האט מען געהערט די צענטראלע דרשה פון דעם חשובן אורח הכבוד הגה"צ גאב"ד אנטווערפן שליט"א וואס האט געוויילט אויף שבת אין די אומגעגענט פון קראקא און האט באשיינט דעם מעמד. ער האט ארויסגעברענגט די זכי' וואס דער עדה קדושה פארמאגט אז דער מנהיג העדה גיבט זיך אוועק לרומם הקהלות והמוסדות די בכל אתר ואתר. ער האט דערציילט דאס וואס ער האלט מיט פערזענליך אין אנטווערפן ווי שטארק דער רבי שליט"א איז בעובי הקורה על כל צעד ושעל. עקסטער האט ער ארויסגעברענגט די זכי' און חשיבות פון אלע נדיבים בעם וועלכע העלפן דעם רבי'ן שליט"א מיט די עבודת הקודש.


דאן האט דער יו"ר ארויפגערופן דעם געשעצטן חבר הנהלת הקהלה, הנגיד ר' יוסף יוזפא לאנדא הי"ו, וועלכער האט אויפגעטרעטן מיט הארציגע דיבורים מיט דברי שבח והודאה פאר די חשובע נדיבים. ביים ענדע פון זיין דרשה האט ער אויסגערעכנט די פולע ליסטע פון די נדיבים בעם וועלכע האבן אנטייל גענומען בלב ונפש חפיצה למען החזקת הקהלה מיט סכומים הגונים ונכבדים. אלעס אינאיינעם האט ער אויסגערעכנט די אומגלויבליכע סומע פון נאנט צו צוואנציג מיליאן דאלער!


דערנאך האט גערעדט דער בריח התיכון פון די נסיעה, הרבני הנגיד ר' יואל מאנן הי"ו, וועלכער האט זיך באדאנקט פאר אלע עסקנים וועלכע האבן צושטאנד געברענגט די געהויבענע נסיעה.


דאן האט מען מכבד געווען הגה"צ אב"ד לאפוש שליט"א מיט א קורצע דרשה איבער די היסטאריע פון די חפצי קודש וואס איז מונח בגנזיו. עס איז טאקע געווען א קורצע דרשה אבער דער רב שליט"א האט אויפגעוועקט די טיפסטע סטרונעס ביי אלעמען ווען ער האט דערציילט אז דאס איז די ערשטע מאל וואס דער שטעקן האט געמאכט דעם וועג צוריק אויפן אנטלאנטיק, און נאך די פייערדיגע דרשה פונעם רבי'ן שליט"א ביים ישמח משה זי"ע האט ער ארויפגעלייגט דעם שטעקן אויפן קבר און געזאגט פארן זיידן: "נעם דעם שטעקן און רייס איין ביים כסא הכבוד פאר די גאולה שלימה!". אין יענע מאמענט האט מען געקענט באמערקן ווי דער רבי שליט"א האט אויסגעבראכן אין א געוויין וואס האט שטארק מרגש געווען דעם ציבור.


נאך זיין דרשה האט מען פארענדיגט די זמירות למלוה מלכה. און דאן האט דער גאנצער ציבור געהאט די געלעגנהייט צו אריבערגיין אנרירן דעם הייליגן שטעקן. עס האט זיך דערקענט ווי פילע אידן שעפשען תפילות ביים אנרירן דעם הייליגן חפץ און אנדערע האבן געקישט דעם הייליגן שטעקן אלס אות חביבות.



תגובות


bottom of page