ממנה תצא תורה: הייליגע שעה'ן פון שמחת התורה ביי מעמד נרגש "סיום כתיבת ס"ת" פון האד' מסאטמאר ליל ל"ג בעומר
- לפני 36 דקות
- זמן קריאה 3 דקות
דאנערשטאג פ' בהר בחוקתי • כ' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אחים לעטשעווסקי - שלמה ב. - אייזיק ג.
אשרי עין ראתה בשמחת התורה, ממנה תצא תורה אדונינו בר יוחאי, מיט איבערגיסנדע רגשי לבבות האבן אלופי אלפי חסידי סאטמאר זוכה געווען מיטצולעבן הייליגע שעה'ן פון שמחת התורה ביים מעמד אדיר ונשגב "סיום כתיבת ספר תורה" דורך רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וואס איז אריינגעגעבן געווארן דעם ל"ג בעומר צום בית מדרשו של רבי, דער ביהמ"ד הגדול דסאטמאר אין וויליאמסבורג.
דער מעמד כתיבת ספר תורה איז אפגעהאלטן געווארן בליל התקדש ל"ג בעומר, אין די גיגאנטישע "דאגעלס גרינהויז" קאמפלעקס, וואו עס האבן זיך צונויפגעפרעסט טויזנטער חסידים זקנים עם נערים לשוש ולשמוח בשמחתו פונעם מנהיג העדה ורועה עדת ישורון.
דער מעמד איז געווען קאמבינירט מיט'ן יערליכן דינער לטובת די מוסדות "יטב לב" בארה"ק, וואס ווערט אפגעהאלטן ביום ל"ג בעומר, ווען דער ציבור חסידי סאטמאר נוצט אויס דעם גרויסן טאג צו שטיצן די הייליגע מוסדות אין ארץ ישראל מיסודו של הרה"ק מסאטמאר זי"ע.
די ימי הוד האט זיך אנגעהויבן נאך במשך דעם טאג, ערב ל"ג בעומר, ווען פילע אדמורי"ם ורבנים זענען אריבערגעקומען לביתו נאוה קודש פונעם רבי'ן שליט"א אריינשרייבן אן אות אין די נייע ספר תורה, ובראשם די אדמורי"ם רבני העיר וויליאמסבורג, צווישן זיי האדמור"ים מפאפא, וויזניץ וויליאמסבורג, דינוב, קאשוי, סקולען וויליאמסבורג, ישועת יעקב סקולען, קיוויאשד, תולדות צבי ספינקא, גאלאנטא, צעהלים, הרבנים הגאוה"צ גאב"ד סאטמאר מאנסי, גאב"ד יאוואזשנא, זענטא, באלחוב, קאזלוב, תהילת ישראל, סאדילקאב, וואלקאן, סענדזשארדזש, ניימארק, דומ"ץ טאהש וויליאמסבורג, בית אהרן, פריימאן, חברי הבד"ץ דקהל יטלב לב אב"ד פיאע, אב"ד מכלל יופי, הגה"צ רבי לייבוש פריעדמאן שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד הגדול סאטמאר און נאך.
שפעטער אויפדערנאכט איז אפגעהאלטן געווארן דער מעמד כתיבת האותיות אינעם דאגלעס קאמפלעקס, וואס איז געווען אויסגערישט מיט טויזנטער זיץ פלעצער און הויכשטאקיגע פארענטשעס וואס האט זיך געצויגן ווי ווייט דאס אויג קען זען.
דער זאל איז בליץ שנעל געווארן פארנומען, און די עסקנים האבן זיך שווער געפארעט צו קענען פלאצירן דעם ענדלאזן שטראם, ווען פילע זענען געווען געצווינגען מיטצוהאלטן פון די גאס.
די משפחת המלוכה, קינדער און איידעמער און אייניקלעך פונעם רבי'ן זענען געווען מלובש מיט בגדי שבת, לכבוד די שמחה הרוממה ביי עטרת ראשם. ספעציעל האט זיך אנגעזען די געערטע ראשי הקהלה פון די סאטמארער קהילות ארום די וועלט, וואס זענען געקומען צופליען מכל מקומות מושבותיהם זיך מיטצופרייען מיט'ן רבי'נס שמחה.
אום 10:30 איז דער רבי ערשינען אין זאל מלובש מיט בגדי שבת און די ווייסע בעקיטשע לכבודה של תורה, ווען דער גאנצער זאל ווערט עלעקטעריזירט פון די פלאם פייערדיגע טאנץ.
נאך די טענץ האט מען אנגעהויבן ניגוני התעוררות, והערב, די אהבה רבה ניגון, און דערנאך האט אויפגעטרעטן מיט רירנדע ווערטער הרה"ג ר' ליפא פעקעטע שליט''א מרבני הקהלה ומגי"ש בחבורת זכרו, וואס האט ארויסגעברענגט דעם "ח"ו שתשתכח תורה מישראל" און "כי לא תשכח מפי זרעו" וואס ווערט פארווירקליכט דורכ'ן רבי'ן וואס שטייט בראש העדה און איז שומר על גחלת ישראל שלא תכוה.
דערנאך האט מען אריינגעברענגט די נייע תורה, דער סופר איז צוגעקומען, און דער רבי האט אריינגעשריבן די לעצטע אותיות "לעיני כל ישראל".
דער רבי האט אויפגעהויבן די ספר תורה און געמאכט הגבה, און זיך ארויסגעלאזט אין עקסטאזליכע ריקודין נלהבים וואס האט אריינגעשלעפט דעם ציבור האלפים אין א זעלטענע פייער פון התרוממות של שמחה, וינועו אמות הסיפים.
אינמיטן טאנצן האט מען אפגעשטעלט די מוזיק, און דער רבי האט מיט א קול חנוק מדמעות געמאכט א "שהחיינו" בשם ומלכות, וענו כל העם אמן, און מ'האט ממשיך געווען צו טאנצן אויפ'ן ניגון "נגיל ונשיש בזאת התורה".
דערנאך האט מען זיך אראפגעזעצט און ס'איז אויסגעטיילט געווארן פאר'ן ציבור די סעודה לכבוד היום, און מ'האט געהערט די דיבורים נרגשים דורך הרב ירמי' טייטלבוים מנהל מוסדות יטב לב, וועלכער האט ארומגערעדט איבער די אומגלויבליכע בלי און וואוקס פון די הייליגע מוסדות.
דאן האט מען זוכה געווען צו הערן די דברי אלקים חיים פונעם רבי'ן, וועלכער האט מיט רגשי קודש ארויסגעברענגט דעם שהחיינו לזמן הזה, און בליציג משלב געווען די שמחה פון הכנסת התורה צו עניני דיומא פון ל"ג בעומר, און די מגבית פון מוסדות יטב לב.
דערנאך האט מען צוגעברענגט די פינף גרויסע וואקסענע ליכט, מ'האט אנגעהויבן זינגען מיט התעוררות "לכבוד התנא האלקי", און "צמאה לך נפשי", און נאך ווארעמע ניגונים, און דערנאך האט דער משב"ק הרב שמואל טייטלבוים אויסגערופן אז די זכות הדלקת הנרות איז אפגעקויפט געווארן דורך הרבני הנגיד ר' ליפא פריעדמאן הי"ו, און ער איז דערמיט מכבד זיין טאטע דער געטרייער משב"ק הרה"ח ר' משה פריעדמאן איבערצוגעבן פאר'ן רבי'ן די פאקל.
מ'האט אויסגעליידיגט דעם גאנצן זאל פון טישן-און-בענק, דער רבי האט געצינדן די ליכט, און דער ציבור האט אויסגעבראכן אין ריקודין עילאין וואס האט זיך פארצויגן פאר אנדערהאלבע שעה לכבוד התנא האלקי.
עס איז געווען שוין קרוב צו האלב דריי ביינאכט ווען דער מעמד איז פארענדיגט געווארן, אויפ'ן וועג ארויס איז פארקויפט געווארן די נייע הערליכע ספר "קול יהודה", די דברות קודש און תורות פונעם רבי'ן שליט"א, וואס איז ספעציעל ערשינען צום מעמד, און ס'איז בליץ שנעל צוכאפט געווארן דורכ'ן ברייטן ציבור.









































































