top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חסידי סאטמאר געזעגענען זיך פון האד' מסאטמאר צום היסטארישע מסע הקודש "בוני המלוכה" קיין אייראפע

  • 14 במאי
  • זמן קריאה 4 דקות

דאנערשטאג פ' במדבר • כ"ז אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

הונדערטער ילדי תשב"ר ובחורי חמד און פילע תלמידי וחסידי סאטמאר תושבי קרית יואל האבן מיט געהויבענע געפילן היינט מיטוואך באגלייט דעם רועה נאמן לעדתו כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א ביי די געהויבענע מעמדי "צאתכם לשלום" עלי דרך צו די קברי צדיקים אין אייראפא, לקראת היסטארישע מסע המרומם "בוני המלוכה" אינאיינעם מיט הונדערטער נגידי ותומכי ק"ק ומוסדות סאטמאר קרית יואל.


אין א לעצט מינוטיגע טוישונג, צוליב מאנגל פון סקיורעטי מאנשאפט אין די "סטוארט לופטפעלד" איז אנשטאנען א פיר שעה'יגע דילעי, ובבחינת מעז יצא מתוק, האט דאס געקענט צוגעבן מער צייט ביי די געהויבענע מעמדי צאתכם ולשלום וואס איז פארגעקומען אויף מער א רואיגע פארנעם.


אין די פריע פארטאגס שעהן האט זיך דער רבי שליט"א ארויסגעלאזט פון ביתו נאוה קודש אין וויליאמסבורג, און ארום 8:00 אינדערפרי איז דער רבי שליט"א אנגעקומען קיין קרית יואל, נאך א קורצע הפסקה איז דער רבי ערשינען אין ביהמ"ד הגדול צו תפלת שחרית, ווי עס זענען געווען פארזאמלט די הונדערטער תלמידים פון די עלטערע כיתות פון מוסדות סאטמאר קרית יואל, און די הונדערטער בחורי חמד פון ישיבה קטנה סאטמאר קרית יואל.


נאך א ווארימע תפלת שחרית במתינות רב וואס האט געדויערט קרוב צו א אנדערהאלבן שעה איז דער רבי צוגעגאנגען צום שטוב פון הרבני הנגיד המנוח ר' ישראל דוב גאלדבערגער ז"ל, וועלכע געפונט זיך הארט נעבן ביהמ"ד הגדול, ווי דער רבי האט געלייגט תפילין דר"ת און עוסק געווען אין זיינע קביעות'דיגע שיעורים.


ארום 10:30 איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען אין היכל ביהמ"ד הגדול צום מעמד "צאתכם לשלום", ווי עס זענען געווען פארזאמלט די הונדערטער תלמידי המוסדות און בחורי הישיבות, אויך הונדערטער בעלי בתים ואברכי הכולל.


צום ערשט האט דער מנהל המוסדות הרה"ג ר' שמעון שמואל שווארטץ שליט"א ארויסגעברענגט מיט קורצע ווערטער די געהויבענע געפילן לקראת די היסטארישע מסע המרומם, און דערביי האבן די הונדערטער תלמידים געזינגען ווארימע ניגונים פאר לענגערע מינוטין.


דערנאך האט מען געהערט די ווערטער פון הרה"ג ר' שמואל יעקב מייזעלס שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד בית מרדכי לייב דקהל יטב לב קרית יואל, וואס האט מיט גאר שטארקע ווערטער ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון אזא הייליגע נסיעה ווי מען גייט פוקד זיין די ציונים הקדושים פון אבותינו ורבותינו, און אנגעוואונטשן בשם כל הקהל ברכות לרוב פארן רבי'ן שליט"א און די פמליא אז די נסיעה זאל אדורכגיין לחיים ולשלום און מען זאל אהיימקומען מיט ישועות ורפואות און אלע גוטע השפעות.


דאן האט מען געהאט די זכי' צו הערן רירענדע דברי פרידה פונעם רבי'ן שליט"א, ווי דער רבי האט מיט התרגשות ארויסגעברענגט די זכי' זיך גרייטענדיג פוקד צו זיין די הייליגע ציונים הקדושים, און ער האט דערביי געבעטן פון די חשובע תלמידים, אז היות די מיטרייזענדע ביים נסיעה קענען דאך נישט אנגיין מיט די זעלבע קביעות אין לימוד התורה, דעריבער זאלן די חשובע תלמידים מוסיף זיין בלימוד התורה במשך די ימי הנסיעה, און דאס וועט זיין א זכות פאר די משתתפי הנסיעה אז אלעס זאל אריבערגיין בשלום און מען זאל פועל'ן אלס גוטס.


דערנאך האט מען ארויסבאגלייט דעם רבי'ן שליט"א בשירה ובזמרה ביז אינדרויסן צו די גאס זינגענדיג "כי מלאכיו יצוה לך".


פון דארט איז דער רבי שליט"א צוגעפארן צום בנין התלמוד תורה "בנין יאקבאוויטש" אין שכונת בלומינגראוו, ווי עס האבן אפגעווארט די יונגערע תלמידים פון כיתות ד' ה' ו', וועלכע האבן זיך אויסגעשטעלט אין די רייע ווי דעם רבינ'ס קאר איז אריבערגעפארן און זיי האבן געזינגען ניגוני פרידה לקראת די מסע הקודש.


דערנאך איז דער רבי שליט"א אנגעקומען על יד ציון המציינת פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע און פון מר אביו הגדול הרה"ק בעל ברך משה זי"ע מתפלל צו זיין להצלחת הנסיעה, און מיט דעם אנהייבן די מסע המרומם ווען די רבי וועט ממשיך זיין צו מתפלל זיין ביי די אנדערע קברי אבות מגזעי התמרים אין אייראפא אין די שטעט סיגוט, איהעל און נאך.


נאכן עלי' לציון הקדוש איז דער רבי שליט"א אנגעקומען קיין ניו ווינסדאר, אין די נייע פעקטערי געביידע וואס געפינט זיך הארט נעבן די "סטוארט לופטפעלד" אונטער די אייגענטומערשאפט פון נאמן ביתו העסקן ר' חנני שמילאוויטש הי"ו, דער רבי האט געקלאפט א מזוזה, נאכגעפאלגט א מסיבת לחיים, און דערנאך געדאווענט תפלת מנחה דארט אין אפיס.


בשעה 3:30 איז דער רבי שליט"א אנגעקומען אין "סטוארט לופטפעלד", צום ערשט איז דער רבי צוגעפארן צו די אפיסעס פון די לופטפעלד מאנשאפט, וואו דער רבי האט זיך באדאנקט פאר זייער העפליכע מיטארבעט להצחלת הנסיעה, און פון דארט איז דער רבי תיכף ארויף אויפן טשארטער פליגער.


אנקומענדיג אויפן פליגער האט זיך דער רבי פארצויגן אין א שמועס מיט די עלטערע מיטרייזענדע, די זקני תושבי קרית יואל מפארי וישישי הדרה, ה"ה הרב הגאון החסיד הישיש ר' אלתר יחזקאל גליק שליט"א שו"ב, הרב החסיד הישיש ר' חיים הערש ליימזידער שליט"א בונה ומקים עיר קרית יואל, און הרב החסיד הישיש ר' יעקב הכהן גליק שליט"א.


אום 4:20 האט זיך די פליגער געהויבן בשעה טובה ומוצלחת. די פליגער איז ערווארטעט צו לאנדן אין די "סאטמאר לופטפעלד" אין רומעניע, אום 12:30 ביינאכט ניו יארקע זייגער, 7:30 אינדערפרי ראמענישע זייגער.


ווי ערווענט, צוליב די אומגעראכטענע דילעי, וועט מען זיך שטעלן דאווענען תפלת שחרית אויפן פליגער הארט איידערן לאנדן, אנדערש וואו דער ארגינעלע פלאן צו דאווענען תפלת שחרית אין די היסטארישע שוהל הויף אין סיגוט, אזוי ארום צו קענען עספיעטן זמן תפלה.



תגובות


bottom of page