top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

היסטארישע מעמד התמנות בחצה"ק סאטמאר מיט אויפנאמע פון צוויי גדולי הדיינים אלס חברי בית דין צדק קהל יטב לב

  • לפני 6 שעות
  • זמן קריאה 4 דקות

דינסטאג פ' טהרה • כ"ז ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלמה ב.

טויזנטער חסידי סאטמאר האבן דעם פארלאפענעם מאנטאג חול המועד פסח איבערגעפילט דעם היכל בית המדרש הגדול סאטמאר אויף ראדני סטריט אין וויליאמסבורג, ביים יערליכן אסיפה כללית און כינוס התאחדות האברכים, וואס איז איינגעפירט געווארן נאך בימי הרה"ק מסאטמאר זי"ע, זיך צוזאמצונעמען בימי המועד אין זיך מחזק זיין בעניני דיומא ובענינים העומדים על הפרק, באזונדער איז די היי יעריגע אסיפה פארוואנדלט געווארן אין א היסטארישע ווענדפונקט בקורות דברי הימים פון קהלה קדושה סאטמאר, מיטן התמנות פון צוויי גדולי הדיינים לעמוד לשרת בקודש אלס חברי בי דינא רבא אין בית דין צדק דקהל יטב לב ד'סאטמאר אשר על פיהם יושק כל דבר.


כולם נקבצו ובאו, דער היכל בית המדרש איז געווען פיל געפאקט מלא על כל גדותיו, בפרט האבן זיך אנגעזען פילע חסידים תושבי קרית יואל וואס זענען געקומען לכבודו פונעם נייעם חבר הבית דין צדק הגאון הגדול רבי אריה ראזנפעלד דומ"ץ סאטמאר אין קרית יואל, א גרויסער בימת הכבוד איז אויפגעשטעלט געווארן לענגאויס די מזרח וואנט ווי עס זענען געזעצט געווארן די חברי הבית דין צדק און צענדליגע רבנים, דיינים ויושבים על מדין.


דער מעמד איז געעפנט געווארן מיט דברי פתיחה דורך הרה"ג ר' הערשל לייטנער שליט"א, דומ"ץ ביהמ"ד נחלת יעקב סאטמאר אין וויליאמסבורג, וואס האט מיט זיינע פערל רייד ארויסגעברענגט די התעלות וואס מען גייט דורך אין די טעג פון פסח, ווען אידישע קינדער נוצן אויס די קדושת המועד פאר תורה און יראת שמים, און משבח געווען די פעולות כבירות פון "התאחדות אברכים" דסאטמאר מיט'ן אויסברייטערן די שיעורי תורה איבער'ן גאנצן יאר. 


מיט א חרדת קודש האט מען מקבל געווען פני הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וועלכע האט דערביי משמיע געווען לענגערע דברות קודש און דער הדרכת השנה, דער רבי האט אנגעהויבן די דרשה בדברי דרוש ארום די נושא פון "שואלין ודורשין בהלכות החג", און דברי פלפול והלכה אין די סוגיא פון מצת טבל אריינברענגענדיג א חדוותא דאורייתא ביי די טויזנטער שומעים, און ממשיך געווען מיט דברי אגדה און חיזוק מענייני דיומא.


דער רבי האט צום ערשט ארומגערעט איבער דעם ביטערן נסיון בעקבתא דמשיחא פון "כוחי ועוצם ידי" וואס איז כפירה אין מלכות שמים, און מיט דעם האט דער פעטער הרה"ק מסאטמאר זי"ע לוחם געווען א מלחמת חורמה קעגן דעם מלכות המינות אין ארץ ישראל וואס ברענגען אריין א געוואלדיגע סכנה און א שנאת ישראל אין די גאנצע וועלט בכל מקומות שהם, און בפרט אויף אחינו בני ישראל אין ארץ הקודש וואס זענען אין א בחינה פון "מחוץ תשכל חרב ומחדרים אימה", ליידער האט דאס געקאסט אידישע נפשות ל"ע, און מען דארף משריש זיין די אמונה אז נאר די אייבישטער וועט אונז ארויסנעמען פון ביטערן גלות.


דער רבי האט דערביי שטארק מעורר געווען זיך אכטונג געבן פון די פגעי הזמן, נישט צו הערן די אלע נייעס און אריינברענגען אין שטוב די אלע ליין - מאטעריאל און טעכנאלאגיע וואס זענען מכלה הנפש והבשר און נעמט אוועק די שמירה זיין אפגעהיטן פון די מינות ואפיקורסות, און מען דארף נזהר אין דעם ווי אין חמץ במשהו.


בפרט האט דער רבי מעורר געווען בעניני צניעות, נישט משנה זיין קיין זיז כלשהוא פונעם דרך המסורה, און ארויסגעברענגט וויפל טייכן טרערן דער פעטער הרה"ק מסאטמאר זי"ע האט געגאסן ארום די נושא, און בפרט בימינו ווען עס איז שטארק נפרץ געווארן און נתדרדר געווארן, דארף מען זען שטארק אפהיטן די גדרי הצניעות.


דערנאך האט דער רבי ארויסגעברענגט אז די מטרה פונעם יערליכן אסיפה פלעגט זיין ארום אנהאלטן החזקת התורה און קביעות עיתים לתורה, און שטארק מעורר געווען אנצוהאלטן דעם קביעות עיתים, און אזוי אויך דער ענין פון תפילה, מיט א ריכטיגע הכנה און מיט א כוונה ראויה.


דער רבי האט שטארק ארויסגעברענגט לשבח דעם "קרן הצלה" וואס טוט מחזק זיין די מוסדות על טהרת הקודש וואס זענען זיך מוסר נפש נישט נהנה זיין משולחן האיזבל, און מעורר געווען צו שטיצן דעם הייליגן צוועק בעין יפה, ואין אדם שומע לי ומפסיד.


דאן איז געקומען די היסטארישע מאמענט פון "הרחבת גבולי ההוראה", ווען דער רבי שליט"א האט ארומגערעט איבער די וויכטיגקייט פון אוועקשטעלן דיינים לעמוד על המשמר אין די הייליגע קהילה "קהל יטב לב" וואס דער רבי זי"ע האט אוועקשטעלט, און איבער די התמנות פוןן די חשובע דיינים אריות שבחבורה אלס חברי הבית דין צדק, הגאון הגדול רבי לייבוש פריעדמאן שליט"א וואס איז פקיע שמיה מיט זיין כח ההוראה און איבערגעגעבנקייט פארן ציבור, "מזה בן מזה" א זון פונעם ראש בית דין זצ"ל, און משנהו בדומה לו הגאון הגדול רבי אריה ראזענפעלד דומ"ץ סאטמאר קרית יואל וואס איז באקאנט מיט זיין געוואלדיגע בקיאות בכל מקצועות התורה, וועלכע וועלן נתעלה ווערן לעמוד לשרת בקודש, און אנגעוואנטשן די חשובע דיינים מיט הצלחה בכל מעשי ידיהם, וכדאי היא מינוי הדיינים הכשרים.


באזונדער האט דער רבי מודיע געווען אז מען וועט בקרוב אוועקשטעלן א ספעציעלע בית דין לענייני ממונות און א ספעציעלע בית דין לענייני גיטין, ווי אויך איבער די פארברייטערונג פון וועד הכשרות, צו מרחיב זיין גבולות הכשרות אלעס אויף די דרך המסורה, און מסיים געווען מיט ברכותיו הטהורות לכל העם הנאספים.


נאך די דברות קודש האט הרה"ג ר' הערשל לייטנער שליט"א ווידער גענומען דאס ווארט און ארומגערעט איבער די התמנות חברי הבית דין צדק, וואס שליחותייהו דקמאי עבדינן, און ארויסגעברענגט די געוואלדיגע ערנסטקייט פון קהל ייטב לב, וואו אלע יונגערע דיינים זענען נכנע אונטער די דעת פון די חברי הבד"ץ תלמידי הרה"ק מסאטמאר זי"ע וואס טון ממשיך זיין די הייליגע מסורה בהדרכתו פונעם רבי'ן שליט"א.


דערנאך האט מען געהערט די דרשות פון די נייע חברי הבית דין צדק, צום ערשט פון הגאון הגדול רבי אריה ראזענפעלד שליט"א דומ"ץ סאטמאר קרית יואל וחבר הבד"ץ דקהל ייטב לב וועלכע האט ארויסגעברענגט אז כאטש מען איז נישט ראוי אבער מען דארף אנהאלטן דעם כח ההוראה און משבח געווען די אנדערע חברי הבד"ץ און דעם הויכן כוח הכשרות פון די קהילה.


דערנאך האט דער חבר הבד"ץ הגאון הגדול ר' לייבוש פריעדמאן שליט"א משמיע געווען דברי דרוש ואגדה מיט זיין זיסן שפראך ארום די תפילה פון "שלא אכשל בדבר הלכה", דערמאנענדיג דעם כוח ההוראה פון זיין גרויסן פאטער דער ראש בית דין זצ"ל, און ארומגערעט איבער די וויכטיגקייט פון ממשיך זיין די אמאליגע מסורה.


 דער מעמד האט זיך געשלאסן ווען דער גאנצער ציבור איז דורך וואנטשן "מזל טוב" פאר'ן רבין שליט"א און פאר די נייע חברי הבית דין צדק.



תגובות


bottom of page