top of page
מעיינותך חוצה: הילכיגע קול תורה דורך חסידי וויזניץ תחת כפית הרקיע דעמאנסטרירט זעקת התורה קעגן ביטערע גזירת הגיוס
דאנערשטאג פ' פינחס • י"ז תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטער אין א פרישן שטאפל ארויף אינעם אש קודש וואס נעמט ארום דאס יהדות החרדית אין ארץ ישראל תובע צו זיין עלבונה של תורה און מוחה זיין קעגן די ביטערע גזירת הגיוס, איז מיט א געוואלדיגע הצלחה נעכטן אפגעהאלטן געווארן די אייגנארטיגע עצרת "זעקת התורה" אפגעהאלטן דורך ק"ק וויזניץ עפ"י פקודת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א. דער עצרת מחאה איז אפגעהאלטן געווארן אויף א מערקווירדיגע פארמאט, ווען הונדערטער חסידים


שמחת החתונה בחצרות מאקאווא אלעד - צאנז שיכון ג' - לעלוב הר יונה
מיטוואך פ' חקת בלק • ט"ז תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר שמחת החתונה פונעם חתן א זון פון הרה"צ ר' אהרן קאפף שליט"א ראש ישיבת נועם התורה, זון פון כ"ק אדמו"ר מלעלוב בראנוביץ זצ"ל, און איידעם ביי הגה"צ ר' יעקב אלי' האראנטשיק שליט"א אדמו"ר מלעלוב הר יונה, מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ ר' אברהם מתתיהו לעמבערגער שליט"א אבד"ק מאקאווא אלעד, איידעם ביי הגה"צ ר' סיני האלבערשטאם שליט"א גאב"ד צאנז שיכון ג', די שמחה איז פארגעקומען אין זאל היכלי מלכות אין בני ברק.


רבבות אידן האבן פוקד געווען ציון הק' פונעם הייליגן אור החיים הקדוש זי"ע אין טעג ארום די הילולא קדישא ט"ו תמוז
מיטוואך פ' חקת בלק • ט"ז תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יהודה ווייס, שלומי טריכטער, JDN רבבות אידן איבער דער גארער וועלט האבן דעם ט"ו תמוז, אפגעצייכנט די הילולא קדישא פון דעם נר המערבי ורבן של כל ישראל דער אור החיים הקדוש זי"ע. אנגעהויבן פון דינסטאג ערב די הילולא האבן צענדליגער טויזנטער אידן פון אלע שיכטן און קרייזן אנגעהויבן ארויפצוגיין צום הר הזיתים צו מתפלל זיין ביים ציון פון דער אור החיים הקודש לרגל די 283׳סטע יארצייט, און א געשאצטע איבער הונדערט טויזנט אידן האב


ובכן צדיקים: געהויבענער שמחת החתונה אין סלאנימער הויף
מיטוואך פ' חקת בלק • ט"ז תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN ברגשי גיל וחדווה האבן הונדערטער חסידי סלאנים מיטגעהאלטן די געהויבענע שמחת הנישואין בבית צדיקים, ווען בשעה טובה ומוצלחת איז געגאנגען אונטער די חופה דער חתן א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א, א זון פון זיין איידעם הרה"צ ר' דוב בעריש שניאורסאן שליט"א, זון פון הגה"צ ראש ישיבת טשעבין שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ג ר' יצחק שמחה ראבינאוויטש שליט"א, זון פון הגה"צ ר' הערשל ראבינאוויטש שליט"א ראש ישיבת ב


האד' מסאטמאר אראפגעשטעלט נייע "שלוה בודזשעט" פאר חתונות אין קרית יואל ביי כינוס ראשי העיר ועסקנע קרית יואל
מיטוואך פ' חקת בלק • ט"ז תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: י. שטיין גאר א היסטארישע אסיפה איז דעם מאנטאג נאכט פארגעקומען אין די זאלן בביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין קרית יואל, וואו עס זענען געלאדנט געווארן אריבער 150 געסט, אריינגערעכנט די רבני העיר, ראשי המוסדות, נגידים בעם, עסקנים פון די חתונה קאמיסיע, די אנפירער פון די חתונה זאלן און חתונה געשעפטן, די ממונים פון אלע קופות הצדקה און אלע בתי מדרשים איבער די שטאט, און אויך פון די ישיבה גדולה וואס פארטי


כ"ק אדמו"ר מבלאזוב ריבאטיטש שליט"א אנגעקומען צוגאסט קיין ארה"ק
דינסטאג פ' חקת בלק • ט"ו תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער, JDN כמדי שנה בשנה איז כ"ק אדמו"ר מבלאזוב ריבאטיטש שליט"א אנגעקומען צוגאסט קיין ארצינו הקדושה לכבוד די הילולא קדישא פון אביו כ"ק אדמו"ר מבלאזוב זצ"ל, וואס געפאלט אויס מארגן דינסטאג נאכט ליל ט"ז תמוז, ומנוחתו כבוד במרומי הר הזיתים. דינסטאג אינדערפרי איז דער רבי אנגעקומען בשערי ירושלים עיר הקודש. ביינאכט האט זיך דער רבי משתתף געווען ביים שמחת החתונה בחצר הקודש סלונים פונעם חתן, א זון פון ידידו ורעו


שיינע שידוך געשלאסן אין אנטווערפען אין הויפן פון בית משה אהרן פשעווארסק - מעליץ
דינסטאג פ' חקת בלק • ט"ו תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש שמחת התנאים לרגל די שידוך שליסן פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר ממעליץ שליט"א, די חתן א זון פון זיין זון הגה"צ ר' אלחנן הורוויץ שליט"א אבד"ק ראפשיץ קרית יואל, מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ ר' נפתלי אלימלך רייך שליט"א אבד"ק בית משה אהרן פשעווארסק אנטווערפן, זון פון כ"ק גאב"ד פשעווארסק וויליאמסבורג זצ"ל און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מביטשקוב זצ"ל, די שמחה איז פארגעקומען אין די עטרת אברהם זאל אין אנטווערפען.


מסיבת הכרת הטוב פאר עסקני מוסדות יטב לב בשעלוב שמחת ש"ב לכבוד הרב חיים שלמה פישער משב"ק האד' מסאטמאר
דינסטאג פ' חקת בלק • ט"ו תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: י שטיין אין דער שטאט קרית יואל איז פארלאפענעם וואך פארגעקומען א גייסטרייכע מסיבת הכרת הטוב פאר די הונדערטער סאטמארער עסקנים וועלכע האבן עוסק געווען במצוה בעת די לעצטיגע "שלוחי רבינו" קאמפיין לטובת מוסדות יטב לב בארץ הקודש, אינאיינעם מיט א מסיבת שבע ברכות לכבודו פון דעם איש המעש הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו יד ימינו ומשמש בקודש ביי כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א, לרגל די חתונה פון בתו הכלה למזל"ט. די מעמד איז פא


ירושלים: הילולא קדישא פון הרה"ק רבי דוד מזלאטיפאלי זי"ע ביי נכדו האד' מראחמיסטריווקא
מאנטאג פ' חקת בלק • י''ד תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער, JDN דעם זונטאג י"ג תמוז ביומא דהילולא קדישא פון הרה"ק רבי דוד מזלאטיפאלי זי"ע, האט נכדו כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א אפגעראכטן די סעודת הילולא אינעם היכלך השולחנות אין ביהמ"ד הגדול ראחמסטריווקא אין ירושלים, וואו עס האט זיך משתתף געווען צווישן אנדערע כ"ק אדמו"ר מבלאזוב ריבאטיטש שליט"א וואס איז צוגאסט אין די טעג אין ארה"ק.


הונדערטער ביי הארצרייסנדע לוויה פון האברך ר' עקיבא ראנד ז"ל פארנט פון ביהמ"ד טשערנאביל אין ירושלים
מאנטאג פ' חקת בלק • י''ד תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער, JDN פילע אידן, גוטע פריינד, בני המשפחה און חסידי טשערנאביל האבן מיט שווערע געמיטער און צעבראכענע הערצער באגלייט למנוחות האברך החשוב ר' עקיבא ראנד ז"ל, מפארי האברכים אין די טשערנובילער קהילה אין ירושלים, וועלכער איז דעם פארגאנגענעם מיטוואך טראגיש אומגעקומען אין א שווערע קאר עקסידענט אין מאלדאווע, אין בלויזן עלטער פון 29 יאר איבערלאזנדיג א צובראכנע אלמנה און קליינע יתומימל'ך. נאך גאר גרויס דרוק או


שמחת הבר מצוה לבן האד' מטשאקאווא בית שמש; אור אייניקל פון האד' מנאראל
מאנטאג פ' חקת בלק • י''ד תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך שמחת הבר מצווה פון א זון פון הגה"צ רבי יוסף מאיר כהנא האדמו"ר מטשאקאווא בית שמש איידעם פון הגה"צ רבי זלמן שפירא ראש הכוללים דנאראל זון פון כ"ק אדמו"ר מנאראל שליט"א, די שמחה איז פארגעקומען אין ביהמ"ד טשאקאווא אין די רמת אברהם געגנט אין בית שמש אין שפיץ פונעם ראש בית אב די עלטער זיידע האדמו"ר מנאראל וואס איז ספעציעל געקומען צופארן קיין בית שמש צו באשיינען די שמחה.


שמחת התנאים פון אייניקל ביי האד' מבאבוב 45 פארגעקומען אין יוניאן ניו דזשערזי
מאנטאג פ' חקת בלק • י''ד תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: הילל ל"ש ואייזיק י דעם זונטאג אין די מיטאג שעות איז כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך אין יוניאן, ניו דזשערסי, וואו דער רבי האט צוערשט באשיינט בראש ביי די חומש סעודות פון די כתה א' אין תלמוד תורה באבוב 45 אין יוניאן. פארנאכטס איז פארגעקומען דארט אין יוניאן די שמחת התנאים פון א אייניקל ביים רבי'ן שליט"א, די כלה א טאכטער פון חתנו הה"צ ר' חיים ברוך האלבערשטאם שליט"א מרא דאתרא דק"ק באבוב 45 אין יונ


הילולא דצדיקיא: יארצייט פון כ"ק אדמו"ר מזוטשקא זצ"ל בעל "נחל יצחק" בצל נכדו מ"מ האד' מזוטשקא
זונטאג פ' חקת בלק • י''ג תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר היינט נאכט י"ד תמוז פאלט אויס די יומא דהילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר מזוטשקא זצ"ל בעל "נחל יצחק", נכדו הגדול וממלא מקומו כ"ק אדמו"ר מזוטשקא שליט"א האט אפגעראכטן דעם יארצייט טיש, בבית מדרשו אין שטאט בני ברק. ביים טיש האבן זיך אנגעזעהן מערערע רבנים ואנשים חשובים וועם דער רבי שליט"א האט מכבד געווען צו דערציילן עובדות וסיפורים פונעם גרויסן זיידן דער בעל ההילולא.


זעלטענע מעמד "ראשית הגז" במעונו פונעם פוסק הדור; האד' מפינסק קארלין כהן הפודה
זונטאג פ' חקת בלק • י''ג תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שמואל דריי אן אייגנארטיגער און העכסט התרגשות'דיגער מעמד "ראשית הגז" איז פארגעקומען במעון קדשו פונעם פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות, וועלכער האט איבערגעגעבן די מתנות כהונה פאר'ן כהן הפודה, כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א. דאס קומט נאכדעם וואס דער פוסק הדור האט אויסגעדרוקט רצון קדשו מקיים צו זיין די מצות ציצית מיט ספעציעלע חומרות והידורים. צווישן זיי, אז די וואל זאל אפגעשניטן ווע


הונדערטער תושבי מאנטשעסטער ביי עצרת תפילה רבתי לרפואת האד' מהארדענקא
זונטאג פ' חקת בלק • י''ג תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש קרעדיט: מ. א. נוימאן אין די צייט וואס כ"ק האדמו"ר מהאראדענקא שליט"א לרפו"ש איז נאך אלס פארשלאפט אין אן ערנסטע געזונט צושטאנד ל"ע, איז די וואך אפגעהאלטן געווארן א גרויסארטיגע עצרת תפלה פאר אלע תושבי עיר מאנטשעסטער, פאררופן דורך די ארטיגע קהלה 'קהל מחזיקי הדת'. די מעמד איז פארגעקומען אין די צעטראלע ביהמ"ד פון די קהלה אין שפיץ פון די רבני העיר. באזונדער האבן זיך צוזאמגענומען אלע ילדי תשב"ר פון שטאט מאנטשסעטער אויף א גרויסארטיגע


שמחת החתונה בחצרות נדבורנא ירושלים - סקולען - סאווראן - ראדומישלא
זונטאג פ' פינכס • י''ג תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך בקול צהלה ורינה האבן זיך חסידי נדבורנא ירושלים מיטגעפריידט די וואך ביים געהויבענעם שמחה בבית רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מנדבורנא ירושלים שליט"א ביים שמחת החתונה פון נכדו החתן, א זון פון בנו הגדול הרה"צ ר' יוחנן ראזנבוים שליט''א דער רב הקהילה אין בני ברק, איידעם ביי הגה"צ אבד"ק סקולען בני ברק שליט"א מיט די כלה א טאכטער פון כ"ק אדמו"ר מסאווראן ביתר שליט"א איידעם פון הגה"צ ר' יעקב שמחה האלפערין שליט"א גאב"ד ר


ארון פון האברך ר' עקיבא ראנד ז"ל מחשובי חסידי טשערנאביל י-ם באפרייט פון מאלדאווע נאך אינטענסיווע שתדלנות
פרייטאג פ' חקת בלק • י''א תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש אין די לעצטע שעה'ן אנגעקומען די בשורה טובה אז די ארון האברך החשוב ר' עקיבא ראנד ז"ל, מחשובי חסידי טשערנאביל אין ירושלים, וועלכער איז ליידער טראגיש אומגעקומען אין א שווערע קאר עקסידענט אין מאלדאווע בשעת א נסיעה צום ציון פון הרה"ק רבי יחיאל מקרילעוויץ זצ"ל אין קעשינוב מאלדאווע, איז ענדליך באפרייט געווארן דורך די ארטיגע אויטאריטעטן. נעכטן דורכן טאג איז אפגעהאלטן געווארן א הירינג אין געריכט, וואו מען האט געהאפט צו באקומען א גרי


שארפע מחאה דורך הגה"צ רבי ישראל דוד שלעזינגער שליט"א אבד"ק שערי תפילה קעגן אנטי-טראמפ בילבארד אין מאנסי
פרייטאג פ' חקת בלק • י''א תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש שארפע דברי מחאה זענען געהערט געווארן דורך הגאון המפורסם רבי ישראל דוד שלעזינגער שליט"א, אבד"ק שערי תפילה מאנסי, וועלכער האט ביי זיין וועכנטליכע שיעור זיך באצויגן צו א לעצטיגע ערשיינונג וואס האט פאסירט אין מאנסי וואו אומ'אחריות'דיגע אידן האבן אויפגעהאנגען א גרויסע בילבארד מיט לויזונגען קעגן דעם אמעריקאנעם פרעזידענט טראמפ, צוליב פארשידענע פאליטישע טענות אמבאלאנגט זיינע באציאונגען מיט מדינת ישראל. דער רב שליט''א ארויסגעברענגט א


אסיפה מיוחדת 'לפני ולפנים' אפגעהאלטן געווארן במעון הקודש פון האד' מבעלזא לחיזוק חומות וגדרי הצניעות
דאנערשטאג פ' חקת בלק • י' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: א.מ.ש. נעכטן מיטוואך אוונט איז אפגעהאלטן געווארן בביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א אן אסיפה מיוחדת מיטן נאמען "לפני ולפנים", בראשות דעם רב שליט"א ובהשתתפות די רבני ועד הצניעות דחסידי בעלזא, אין שפיץ פון הרה"צ רבי אהרן מרדכי שליט"א וועלכע שטייט בראש פונעם ארגון בנות מלכים, אין די צייט וואס די וועד גרייט זיך צו פארברייטערן אירע פעולות צו פארפעסטיגן די חומות וגדרי הצניעות בקרב חסידי בעלזא און פארזיכערן


שמחה כפולה אין סלונים: שמחת החתונה פון נכד האד' מסלונים אפגעראכטן בשבח והודאה להשי"ת
דאנערשטאג פ' חקת בלק • י' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט התרוממות וחדוות הנפש האבן חסידי סלונים דעם דינסטאג מיטגעלעבט די געהויבענע שמחת החתונה בחצר הקודש, פונעם חתן אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסלונים שליט"א, א זון פון זיין זון הרה"צ ר' יעקב שמשון ברזובסקי שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרב אברהם וואגאווסקי שליט"א מחשובי חסידי סלונים. די חתונה האט געטראגן א באזונדערע באדייט ווען מען האט אפגעגעבן א שבח והודאה אויף די גרויסע ניסים נאכדעם וואס דער חתן דנן האט זיך בחסדי השם אינגאנצ


bottom of page
