אסיפה מיוחדת 'לפני ולפנים' אפגעהאלטן געווארן במעון הקודש פון האד' מבעלזא לחיזוק חומות וגדרי הצניעות
- לפני 3 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
דאנערשטאג פ' חקת בלק • י' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: א.מ.ש.
נעכטן מיטוואך אוונט איז אפגעהאלטן געווארן בביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א אן אסיפה מיוחדת מיטן נאמען "לפני ולפנים", בראשות דעם רב שליט"א ובהשתתפות די רבני ועד הצניעות דחסידי בעלזא, אין שפיץ פון הרה"צ רבי אהרן מרדכי שליט"א וועלכע שטייט בראש פונעם ארגון בנות מלכים, אין די צייט וואס די וועד גרייט זיך צו פארברייטערן אירע פעולות צו פארפעסטיגן די חומות וגדרי הצניעות בקרב חסידי בעלזא און פארזיכערן א קראנטע עתיד פאר א צאל נייע תקנות וואס וועט פראקלאמירט ווערן אין די נאנטע תקופה.
ביי די אסיפה זענען געהערט געווארן דברים כדרבונות דורך די חברי הוועד, דער דיין הרה"ג רבי יהושע פינק שליט"א, מנהל רשת בית חינוך "בית מלכה", און פונעם דיין הרה"ג רבי אלימלך גראס שליט"א, וועלכע האבן ארומגערעדט איבער דעם חומר המצב והתקופה און דער צורך השעה צו פארשטארקן די גדרים בעניני הצניעות לויט דער מסורה וואס מיר האבן מקבל געווען פון די הייליגע בעלזער רבי'ס דור אחר דור.
אויך האט גערעדט הרה"צ רבי אהרן מרדכי שליט"א, וועלכער האט שטארק ארויסגעהויבן די וויכטיגע פעולות פונעם ועד, וועלכע ווערן דורכגעפירט בהתייעצות קודש, אונטער די פערזענליכע הדרכה פון מר אביו כ''ק האדמו''ר מבעלזא שליט''א אויף טריט און שריט.
ברגשי קודש האבן די אנוועזנדע צוגעהערט צו די דברות קודש וואס דער רב שליט"א האט משמיע געווען במשך לענגערע מינוטן. דער רבי שליט"א האט געפאדערט און מעורר געווען איבער די פשוט'ע יסודות אויף וועלכן מיר אלע זענען אויפגעוואקסן, און ליידער מיט די צייט געווארן נאכגעלאזט, צו דעהרערן דעם חובת השעה, ווייטער צו קענען זיך פירן אלס די "ממלכת כהנים וגוי קדוש", מיט די ריכטיגע יסודות הקדושה, און ארויסגעברענגט אז די התחזקות פון די נשי בעלזא וועט זיכער האבן א השפעה אויף דעם גאנצן דור.
צום שלוס פונעם אסיפה האט דער רב שליט"א פארטיילט געבענטשטשע מטבעות קודש פאר אלע עוסקים במלאכת הקודש, אלס אויסדרוק פון הכרת הטוב און הערכה פאר זייער איבערגעגעבענע ארבעט פארן הרמת קרן הצניעות לשם ולתפארת.
















