שמחת החתונה בחצרות נדבורנא ירושלים - סקולען - סאווראן - ראדומישלא
- לפני יום אחד (1)
- זמן קריאה 2 דקות
זונטאג פ' פינכס • י''ג תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך
בקול צהלה ורינה האבן זיך חסידי נדבורנא ירושלים מיטגעפריידט די וואך ביים געהויבענעם שמחה בבית רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מנדבורנא ירושלים שליט"א ביים שמחת החתונה פון נכדו החתן, א זון פון בנו הגדול הרה"צ ר' יוחנן ראזנבוים שליט''א דער רב הקהילה אין בני ברק, איידעם ביי הגה"צ אבד"ק סקולען בני ברק שליט"א מיט די כלה א טאכטער פון כ"ק אדמו"ר מסאווראן ביתר שליט"א איידעם פון הגה"צ ר' יעקב שמחה האלפערין שליט"א גאב"ד ראדאמישלא רמות, וואס איז פארגעקומען אין די פריימאן אודיטוריום אין שטאט ביתר.
ביים מעמד הקבלת פנים האט בדחנא דמלכא ר' שמואל זאנוויל באטלמאן אויפגעטרעטן מיט דברי חרוזין און דערמאנט די אבות הקדושים וואס קומען אראפ אין אזא הייליגע צייט. צווישן די ניגוני התעוררות האט מען איבערגעגעבן פארן רבי'ן א קוויטל מיט די נעמען פון אלע בחורים בני החבורות וואס האבן זיך אונטערגענומען קבלות טובות לכבוד דער שמחה.
נאכן באדעקן איז מען ארויס צום מעמד החופה תחת כיפת השמים. דער רבי איז געווען אנגעטון מיטן שטריימל פון אביו הרה"ק בעל באר יעקב מנדבורנא זצ"ל. מיט סידור קידושין איז מכובד געווארן דער געהויבענער זיידע דער נדבורנא רבי שליט"א.
קריאת הכתובה האט דער זיידע הגה"צ אב"ד ראדאמישלא שליט"א, און מיט ברכות זענען מכובד געווארן די פעטערס: הגה"צ אב"ד מאקאווא אשדוד, הגה"צ ר' יעקב מרדכי טווערסקי אב"ד טשארנאביל אלעד, האדמו"ר מברזעאן, און האדמו"ר מסאווראן. מיט ברכה אחריתא איז מכובד געווארן דער זיידע הגה"צ אב"ד סקולען בני ברק שליט''א. נאכן חופה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פרייליכן מחול לצדיקים, און דער רבי האט אנגעוואונטשן דעם גאנצן עולם מיט פיל ברכות.
די סעודת החתונה איז געווען צוגעשטעלט פארן גאנצן עולם אין זאל. דער רבי שליט''א איז אויפגענומען געווארן לקול תרועת הזמר, און האט זיך געוואשן צום סעודת מצוה, קורצליך דערויף איז דער חתן ערשינען אין זאל, און דער רבי האט זיך ווידער ארויסגעלאזט אין א ריקוד של שמחה. בשעתן טאנצן איז מען אריבער ווינטשן מזל טוב פארן רבי'ן שליט''א, און די מחותנים.
מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן דער פעטער כ"ק אדמו"ר מסקולען ירושלים שליט''א. די שבע ברכות איז צוטיילט געווארן צווישן קרובי המשפחה. נאכן בענטשן זענען אריבער די אלע וואס האבן זיך אנגערופן מיט גרעסערע סכומים דרשה-געשאנק לכבוד דער שמחה, צו באקומען כוס של ברכה פון רבי'ן שליט"א.
קרוב לחצות הלילה איז מען צוגעטראטן צום דערהויבענעם מעמד המצוה טאנץ. ערשט האבן געטאנצט די זיידעס הגה"צ אב"ד סקולען בני ברק און הגה"צ גאב"ד ראדאמישלא רמות שליט''א. דערנאך איז געווען דער מצוה טאנץ פון רבי'ן שליט"א, אנגעהויבן מיט ניגוני התעוררות, און דאן די ריקודין קדישין וואס דער רבי האט אפגעראכטן מיטן גארטל פון אביו כ"ק אדמו"ר מנדבורנא זצ"ל וואס ער פלעג נוצן ביי די מצוה טאנץ כשהשמחה במעונו, און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגן טאנץ טפח וטפחיים כדרכו. דערנאך איז דער רבי געטאנצן מיטן חתן מיט בנו דער מחותן, מיט די חשובע זיידעס, און דערנאך א ריקוד מיט אלע קינדער און אייניקלעך בני משפחת המלוכה.
שפעטער האבן געטאנצט די פעטערס: האדמו"ר מסקולען ירושלים, האחים האדמו"רים מסאווראן, האדמו"ר מברזעאן, דערנאך די מחותנים, און צום לעצט דער חתן לפני הכלה.
עס איז שוין געווען נאך צוויי אזייגער ווען די שמחה האט זיך געשלאסן מיט גרויס געהויבענקייט.

























































































