top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

רבבות אידן האבן פוקד געווען ציון הק' פונעם הייליגן אור החיים הקדוש זי"ע אין טעג ארום די הילולא קדישא ט"ו תמוז

  • לפני 5 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

מיטוואך פ' חקת בלק • ט"ז תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יהודה ווייס, שלומי טריכטער, JDN

רבבות אידן איבער דער גארער וועלט האבן דעם נעכטן ט"ו תמוז, אפגעצייכנט די הילולא קדישא פון דעם נר המערבי ורבן של כל ישראל דער אור החיים הקדוש זי"ע. אנגעהויבן פון דינסטאג ערב די הילולא האבן צענדליגער טויזנטער אידן פון אלע שיכטן און קרייזן אנגעהויבן ארויפצוגיין צום הר הזיתים צו מתפלל זיין ביים ציון פון דער אור החיים הקודש לרגל די 283׳סטע יארצייט, און א געשאצטע איבער הונדערט טויזנט אידן האבן פוקד געווען דעם ציון קודש הקדשים דורכאויס די פיר און צוואנציג שעה פון די הילולא קדישא.


היי יאר האט מען איינגעשטעלט אויפ'ן הר הזיתים נייע בריקן צוליב קדושת כהנים און זיכערהייט. די בריקן זענען לאנג עטליכע צענדליגער מעטער און לויפן הויך איבער דעם שטח פונעם הר הזיתים. עס פארמיידט חילול הקברים, און מ'דארף נישט טרעטן אויף אנדערע מצבות, נאר מ'קען צוגיין מתפלל זיין צום ציון הק' מיט א רואיגקייט.


אין לויף פון די הילולא קדישא האבן זיך אנגעזעהן פילע גדולי ישראל, אדמור"ים ורבנים פון פארשידענע שיכטן און קרייזן, צווישן זיי: האדמור"ים מתולדות יהודה, בלאזוב ריבאטיטש, סאדיגורא ירושלים, המשפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב און נאך פיל.


אויף די וועגן צום ציון הקדוש איז ווי יאר יערליך צוגעשטעלט געווארן לייכטע איבערבייס דורך די חשוב'ע עסקנים, אזוי אויך האט מען פארקויפט טויזנטער ספרי האור החיים הקדוש פאר א ביליגע פרייז לרגל די יומא דהילולא קדישא. אין די זעלבע צייט איז אין הונדערטער חסידישע צענטערן איבער דער גארער וועלט אפגעראכטן געווארן די "סעודות הילולא" און בפרט פאר די צענדליגער טויזנטער לומדי אור החיים הק', וועלכע האבן מעלה געווען זכרו הקדוש והטהור.



bottom of page