top of page
האד' מתולדות יהודה באזוכט ביי האד' מדינוב ארה"ק נאכן איבערגעבן דרשת התחזקות בבית מדרשו אין ביתר
דינסטאג פ' ואתחנן • ז' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: דוד ארזני נעכטן אוונט האבן זיך הונדערטער תושבי ביתר צוזאמגענומען אין בית המדרש הגדול דינוב, ווען כ"ק אדמו"ר מתולדות יהודה שליט"א האט געהאלטן א ווארעמע דרשת התעוררות שטייענדיג אין די גרויסע טעג פון בין המצרים. צווישן די משתפפים האבן זיך אנגעזעהן כ"ק אדמו"ר מדינוב ארה''ק שליט"א, דער מרא דאתרא הגה''צ רבי חיים ווייס שליט"א גאב"ד ביתר און נאך רבנים חשובים פון שטאט. נאך די דרשה איז דער רבי שליט"א ארויפגעגאנגען אויף א באז


תושבים פון נייעם ישוב אין עמנואל מיטגעהאלטן יסודות'דיגע שיעור בהנהגת הבית איבערגעגעבן דורך האד' מסקולען ירושלים
מאנטאג פ' ואתחנן • ו' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: ארי קופערשטאק,JDN די איינוואוינער פונעם אויפבליענדן חסידישן ישוב אין דער שטאט עמנואל האבן פארגאנגענעם ליל שישי מקבל געווען פני כ"ק אדמו"ר מסקולען ירושלים שליט"א, וועלכער איז אנגעקומען אין שטעטל איבערצוגעבן די בארימטע שיעורים בהנהגת הבית היהודי. דער באזוך איז געקומען נאך א ספעציעלע בקשה מצד די רבני העיר און די פילע תושבים, וואס האבן ארויסגעקוקט צו הערן די קלארע דיבורים והדרכות פונעם רבי'ן שליט"א, וועלכער איז באקאנט מ


האד' מסקולען לעיקוואד באזוכט אין אכסניא פון האד' מקאלוב אין שטאט לעיקוואד
מאנטאג פ' ואתחנן • ו' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש נעכטן זונטאג איידער כ''ק האדמו''ר מקאלוב שליט''א לרפואה שלימה האט פארלאזט לעיקוואד, איז אריינגעקומען אויף א באזוך צום רבי'ן אין די אכסניא בבית חתנו הגה"צ אבד"ק שמן למנחה נאדפאלי שליט"א, כ''ק האדמו''ר מסקולען לעיקוואד שליט''א, וואו עס האט זיך אנטוויקלט א הערליכער שמועס בעניני רפואה, און דערביי האט דער סקולענער רבי ארויסגעהויבן די פעולות לטובה פונעם קאלובער רבי'ן שליט"א איבער דער גאנצער וועלט צו מקרב זיין אידישע קינדער לאביהם שבשמים


יערליכע באזוך פון האד' מסקווירא מב"פ אין "מחנה סקווירא" אין וואודריזש
מאנטאג פ' ואתחנן • ו' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א פון ב"פ האט פאריגן שבת פ' מטות מסעי אפגעשטאט די יערליכע באזוך אין די יונגל קעמפ 'מחנה סקווירא' אין וואודרידזש און דארט געפראוועט א דערהויבענע שבת מיט די באטייליגונג פון די תושבי המחנה. פרייטאג נאכמיטאג ביים אנקומען אין קעמפ האבן די ילדי תשב"ר און בחורי חמד אפגעווארט דעם רבי'ן מיט פענער אין די הענט און האבן געזינגען ניגוני שמחה. דערנאך איז דער רבי אריינגעקומען אין די אודיטוריום ווי עס א


האד' מראחמיסטריווקא באזוכט ביי האד' מקאשוי אין מחנה ברכת שמים קאשוי אין אלסטערהייטס
פרייטאג פ' דברים • ג' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בערגער,JDN


מחנה דברי יואל: האד' מראחמיסטריווקא באזוכט ביי האד' מסאטמאר
דאנערשטאג פ' דברים • ב' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בערגער,JDN אין די טעג ווען כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א וויילט אין די מחנות הקיץ דחסידי ראחמיסטריווקא אין גרינפילד פארק, ניו יארק, האט דער רבי שליט"א אויסגענוצט די געלעגנהייט אפצורעכטן ביקורי נימוסין בבתי אדמו"רים אויף די קעטסקיל בערג. בראש ובראשונה האט דער רבי אפגעשטאט א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א במעון קדשו אין מחנה דברי יואל אין סוואן לעיק, וואו עס איז פארצויגן געווארן א שיינעם שמועס בדברי ת


תושבי אנטווערפען מיטגעהאלטן שיינעם באזוך פון האד' מקרעטשניף סיגעט אין שטאט
דאנערשטאג פ' דברים • ב' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה קאהן, מ"א ניימאן תושבי אנטווערפן האבן פאריגע וואך מקבל פנים געווען פני כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף-סיגעט שליט"א, וועלכער איז אנגעקומען צוגאסט אין די שטאט און געפראוועט דעם שבת פ' מטות מסעי בקרב תושבי העיר. דעם רבינס באזוך האט אויפגעברענגט זכרונות נעימים פון די געהויבענע באזוכן און שבתים וואס מ'האט מיטגעהאלטן אין די פריערדיגע יארן פונעם קרעטשניף-סיגוטער רבי'ן זצ"ל בעל רזא דאמונה פון וועמענס הסתלקות מען שטייט נאך אינעם


הנגיד ר' חיים מרדכי אינזליכט הי"ו אפגעקויפט זכות שער העזרת נשים אין ביהמ"ד הגדול סאטמאר מיט האלב מיליאן דאלאר נדבה
דאנערשטאג פ' דברים • ב' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שאט די דאט אין סאמע ברען די אנגייענדע בוי ארבעט צו פארענדיגן דעם איבערבוי פראיעקט ביים תל תפליות ביהמ"ד הגדול סאטמאר אויף ראדני סטריט אין וויליאמסבורג, און אין צוזאמענהאנג מיטן "פלטרין של מלך" קאמפיין צו דעקן די שווערע מיליאנען וואס די פראיעקט נעמט אריין, האט כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א דעם דינסטאג אוונט אפגעשטאט א באזוך אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' חיים מרדכי אינזליכט הי"ו אין מאנסי, וועלכער האט געשאנקן די פאנטא


נאסטאלגיע • פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך באזוכט ביי מרן הגרי"ש אלישיב זצ"ל
דאנערשטאג פ' דברים • ב' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש


שאלו שלום ירושלים: האד' מצאנז זוועהיל איז מתפלל ביי די מקומות הקדושים אין ארה"ק
מיטוואך פ' דברים • א' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN דורכאויס דעם באזוך פון כ''ק האדמו''ר מצאנז זוועהיל שליט"א אין ארץ ישראל, לכבוד די חתונה פון אן אייניקל, האט דער רבי שליט"א אויסגענוצט די געלעגנהייט מתפלל צו זיין ביי די מקומות הקדושים.דאנערשטאג חוקת בלק האט דער רבי זיך משתטח געווען אויף די ציונים הקדושים אין גליל און מעתיר זיין בבקשות ותחנונים על הכלל ועל הפרט. די דברי התעוררות ביי די ציונים הקדושים, די תהלים בהשתפכות הנפש, און די בקשות ותחנונים איז געווען א חטי


ק"ק בעלזא אין אנטווערפן לעבט מיט געהויבענע טעג בצל הרה"ג רבי חיים מאיר רוקח שליט"א נכד האד' מבעלזא
מיטוואך פ' דברים • א' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש חסידי בעלזא אין שטאט אנטווערפען האבן מיטגעהאלטן א פולע וואך מלא חיזוק, ביים באזוך פון הרה"ג רבי חיים מאיר רוקח שליט"א, אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, וועלכער איז אנגעקומען צוגאסט איו שטאט מחזק צו זיין די קהילה און זיך אומקוקן פון דער נאענט אויף די הרחבת גבולי הקדושה אנטוויקלונגען אין די בתי מדרשים און מוסדות התורה והחינוך דחסידי בעלזא. ביים אנקומען אין שטאט האט הרב חיים מאיר ערשט באזוכט די רבני העיר, ובראשם דער מרא דאתרא


האד' מתולדות אהרן פוקד געווען ציון הק' קערעסטיר לרגל ערב ראש חודש
דינסטאג פ' דברים • כ''ט תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, וועלכער וויילט די טעג אויף אפרוה אינעם שטעטל מאד אין אונגארן, איז נעכטן – נאכ'ן פוקד זיין דעם ציון הק' פונעם הייליגן ישמח משה זי"ע אין איהעל בעצם יומא דהילולא – צוגעפארן צום דערנעבנדיגן שטאט קערעסטיר, פוקד צו זיין דעם ציון המצוינת פונעם צדיק און פועל ישועות הרה"ק רבי ישעי'לע מקערעסטיר זי"ע, אינעם יום המסוגל ערב ראש חודש מנחם אב. אנקומענדיג קיין קערעסטיר האבן די עסקנים פון רבי ישעי'לעס הויז און


תושבים פון נייעם חרדישע ישוב אין שטאט עמנואל האלטן מיט געהויבענער שבת בצל האד' מוויזניץ בית שמש
דינסטאג פ' דברים • כ''ט תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: מ.ש. שטיגליץ די תושבים פונעם אויפבליענדן חסידישן ישוב אין שטאט עמנואל, האבן מיטגעהאלטן א גאר געהויבענעם שבת קודש, בצל כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בית שמש שליט"א, וועלכער וויילט די יעצטיגער טעג אין שטאט למנוחת הנפש, זייענדיג גאס ערשטע מאל וואס א רבי א מנהיג עדה קדושה בישראל, האט געפראוועט א גרויסער שבת אינעם ישוב. דער גאנצער באזוך און בפרט דעם געהויבענעם שבת איז געווען דעם געשפרעך פון טאג ביי אלע אינוואוינער פון שטאט, א


האד' מסקאליע באזוכט אין מחנה סקווירא און אין נייעם קרית סקווירא אין סוואן לעיק
מאנטאג פ' דברים • כ''ח תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם מוצאי שבת איז כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך אין מחנה תולדות יעקב יוסף סקווירא אין סוואן לעיק און דערנאך באזוכט אין די דערנעבנדיגע נייע סקווירא שטעטל 'קרית סקווירא' אין די קעטסקיללס. אויף די איינלאדענונג פון די הנהלת המחנה האט דער רבי שליט"א געפראוועט א 'סעודת מלוה מלכה' אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה קטנה פון בארא פארק און וויליאמסבורג. אנקומענדיג אין קעמפ האבן די בחורים אנטפאנגען דעם רבי'ן שליט"א בשירה ו


גינסטיגע דערגרייכונג פאר מוסדות התורה אין ניו יארק נאך זיצונג דורך גדולי האדמור"ים מיט קאנגרעסמאן מייק לאולער
מאנטאג פ' דברים • כ''ח תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש אין די טעג האט יהדות אמעריקע אויפגענומען מיט פרייד די גוטע נייעס אז וויכטיגע פינאנציעלע שטיצע פאר חינוך, וועלכע טוט גאר שטארק ארויסהעלפן דעם עקזיסטענץ פון היימישע מוסדות און ישיבות אין די פאראייניגטע שטאטן, איז ב"ה אפגעראטעוועט געווארן, און וועט ווייטער בע"ה אנקומען צו די מוסדות און ישיבות, און ערמעגליכן די מוסדות צו ווייטער אנגיין ביתר שאת ויתר עוז. דער זארג האט זיך אנגעהויבן נאך וואס מיט א יאר צוריק איז באשטעטיגט געווארן פרע


ווידיאו • האד' מקרעטשניף סיגעט ביי הבדלה מוצאי שבת אין אנטווערפען
מאנטאג פ' דברים • כ''ח תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש


יערליכע דינער קשר אחד לטובת איחוד מוסדות באבוב 45 פארגעקומען אין שטאט מאנסי
זונטאג פ' דברים • כ''ז תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בלום דעם דינסטאג אויפדערנאכט איז כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א אנגעקומען קיין מאנסי וואו דער רבי שליט"א האט באשיינט די יערליכע דינער "קשר אחד" לטובת איחוד מוסדות באבוב-45 אין בארא פארק. די מסיבה ווערט פארופן דורך הנגיד ר' יחזקי' שאהנבערגער הי"ו וואס פלעגט יאר יערליך צושטעלן די מסיבה אין זיין שטוב און צוליב די ריבוי עם איז די מסיבה אין די לעצטערע יארן אריבערגעפירט געווארן צו א זאל. די היי יעריגע דינער איז פא


ווידיאו • האד' מקרעטשניף סיגעט באזוכט ביי האד' מפשעווארסק
מיטוואך פ' מטות מסעי • כ''ג תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש


קרית יואל: היסטארישע ״צען מיליאן דאלער״ נדבה דורך הנגיד ר' אברהם יודא גאלדבערגער פאר'ן דריטן "בית רחל" דסאטמאר
מיטוואך פ' מטות מסעי • כ''ג תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש ביי א פרעכטיגע מעמד "קנין זכות", וואס איז אפגעראכטן געווארן נעכטן דינסטאג אוונט אין קרית יואל, איז געמאלדן געווארן איבער א היסטארישע נדבה לטובת די סאטמארער מוסדות אין שטאט, ווען דער באקאנטער פילאנטראפ הרבני הנגיד ר' אברהם יהודה גאלדבערגער הי"ו האט זיך אונטערגענומען דער אומגלויבליכע סומע פון גאנצע צען מיליאן דאלער אויפצובויען די דריטע גיגאנטישע בית רחל״ פעסטונג אין די סאטמארער אימפעריע, וואס איז עומד תחת נשיאותו הרמה פון כ"


יחליפו כח: האד' מוויזניץ לאנדאן וועט וויילן אויף אפרו אין 'הר יונה' בארה"ק בצל ידידו וריעו האד' מתולדות אברהם יצחק
מיטוואך פ' מטות מסעי • כ''ג תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש מטעם בית כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א איז געמאלדן געווארן אז דער רבי שליט"א וועט דעם זומער אפרייזן קיין ארה"ק און וויילן אויף עטליכע וואכן אויף אפרו אינעם אויפבליענדן ישוב פון חסידי תולדות אברהם יצחק אין שטאט "הר יונה". אין די יעצטיגע טעג טוט זיך דער רבי שליט"א ב"ה צוריקכאפן צו די כוחות, נאכ'ן דורכגיין א צאל מעדיצינישע באהאנדלונגען און אמעריקא און אין לאנדאן, און אויפ'ן ראט פון די דאקטוירים דארף דער רבי אוועקפארן אויף


bottom of page
