יערליכע באזוך פון האד' מסקווירא מב"פ אין "מחנה סקווירא" אין וואודריזש
- 20 ביולי
- זמן קריאה 1 דקות
מאנטאג פ' ואתחנן • ו' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN
כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א פון ב"פ האט פאריגן שבת פ' מטות מסעי אפגעשטאט די יערליכע באזוך אין די יונגל קעמפ 'מחנה סקווירא' אין וואודרידזש און דארט געפראוועט א דערהויבענע שבת מיט די באטייליגונג פון די תושבי המחנה.
פרייטאג נאכמיטאג ביים אנקומען אין קעמפ האבן די ילדי תשב"ר און בחורי חמד אפגעווארט דעם רבי'ן מיט פענער אין די הענט און האבן געזינגען ניגוני שמחה. דערנאך איז דער רבי אריינגעקומען אין די אודיטוריום ווי עס איז פארגעקומען די 'מעמד קבלת פנים', ביי וועלכן מען האט געזינגען ניגוני שמחה און דער רבי האט אויפגעטראטן מיט דברות קודש און איבערגעגעבן דברי הדרכה פאר די קינדער לימי הקיץ. דאן זענען די קינדער אריבער מקבל זיין לקח ביים רבי'ן.
מוצאי שבת נאך הבדלה איז פארגעקומען די 'מעמד הבאגלייטן' בתופים ובמחולות, ווי די ילדי תשב"ר ותושבי המחנה האבן אהיימבאגלייט דעם רבי'ן לביתו נאוה קודש בשירה ובזמרה. אנקומענדיג צום טעראסע פארנט פון מעון הקודש, האט דער רבי מאציל געווען מברכת קדשו לכל הקהל הקודש.
צומארגענס זונטאג איז דער רבי אנגעקומען אויף א מעמד 'קביעת מזוזה וחנוכת הבית' ביי די נייע צוגעבויעטע פליגל פון די ביהמ"ד אין קעמפ, נדבת לבו פון הרבני הנגיד ר' אלי' קויפמאן הי"ו מחשובי תושבי המחנה. דער רבי האט קובע מזוזות געווען ביים הויפט-אריינגאנג און דערנאך אפגעראכטן א מסיבת לחיים ווי מ'האט געזינגען ניגוני שמחה און דער רבי האט פארטיילט לקח פאר'ן נדבן און פאר'ן ענערגישן מנכ"ל המחנות אחיו הרה"צ ר' הערש לייב טווערסקי שליט"א.















תגובות