top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

תושבים פון נייעם ישוב אין עמנואל מיטגעהאלטן יסודות'דיגע שיעור בהנהגת הבית איבערגעגעבן דורך האד' מסקולען ירושלים

  • 20 ביולי
  • זמן קריאה 1 דקות

מאנטאג פ' ואתחנן • ו' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: ארי קופערשטאק,JDN

די איינוואוינער פונעם אויפבליענדן חסידישן ישוב אין דער שטאט עמנואל האבן פארגאנגענעם ליל שישי מקבל געווען פני כ"ק אדמו"ר מסקולען ירושלים שליט"א, וועלכער איז אנגעקומען אין שטעטל איבערצוגעבן די בארימטע שיעורים בהנהגת הבית היהודי. דער באזוך איז געקומען נאך א ספעציעלע בקשה מצד די רבני העיר און די פילע תושבים, וואס האבן ארויסגעקוקט צו הערן די קלארע דיבורים והדרכות פונעם רבי'ן שליט"א, וועלכער איז באקאנט מיט זיין חוש המיוחד אין די וויכטיגע מקצועות פון הנהגת הבית, און איז פקיע שמיה מיט די שיעורים וואס דער רבי לערנט פאר יעדער יאר דורכאויס די ימי השובבי"ם אין די פארשידענע שטעט לענגאויס ארץ ישראל.


ביים אנקומען אין שטאט איז דער רבי שליט"א אויפגענומען געווארן בכבוד הראוי דורך די רבנים און פני העיר, און ער איז תיכף צוגעפארן צום קלויז דחסידי באיאן, וואו עס האבן זיך שוין פארזאמלט הונדערטער תושבי העיר, מסלתה ושמנה פונעם ישוב. דער ציבור האט מיט גרויס דורשט געשלינגען די דברי אלוקים חיים וואס זענען געווען מלאים חכמה ותבונה, כמים קרים על נפש עיפה, מלא עצות, הדרכות ישרות, און ענינים נפלאים ארום די וויכטיגע נושאים פון הנהגת הבית, שלום בית און קדושת הבית. צום שלוס פונעם מעמד זענען די תושבי העיר דורך שלום נעמען פונעם רבי'ן.



תגובות


bottom of page