top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

תושבי אנטווערפען מיטגעהאלטן שיינעם באזוך פון האד' מקרעטשניף סיגעט אין שטאט

  • לפני 20 שעות
  • זמן קריאה 5 דקות

דאנערשטאג פ' דברים • ב' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: משה קאהן, מ"א ניימאן

תושבי אנטווערפן האבן פאריגע וואך מקבל פנים געווען פני כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף-סיגעט שליט"א, וועלכער איז אנגעקומען צוגאסט אין די שטאט און געפראוועט דעם שבת פ' מטות מסעי בקרב תושבי העיר. דעם רבינס באזוך האט אויפגעברענגט זכרונות נעימים פון די געהויבענע באזוכן און שבתים וואס מ'האט מיטגעהאלטן אין די פריערדיגע יארן פונעם קרעטשניף-סיגוטער רבי'ן זצ"ל בעל רזא דאמונה פון וועמענס הסתלקות מען שטייט נאך אינעם שנת האבל.


דער מסע הקודש האט זיך אנגעהויבן דינסטאג נאכט, ווען דער רבי שליט"א האט געלאנדעט אינעם לופטפעלד אין אמשטערדאם, וואו א גרויסער ציבור חסידים און מעריצים וואס זענען ספעציעל ארויסגעפארן פון אנטווערפן האבן דארט אפגעווארט דעם רבי'ן. פונעם לופטפעלד האט מען זיך גלייך ארויסגעלאזט צום לאקאלן בית המדרש אין אמשטערדאם, וואו דער רבי האט געדאוונט מנחה און דערנאך פארברענגט מיט די ראשי הקהילה.


דערנאך איז דער רבי אריינגעפארן אין שטאט אנטווערפן און געדאוונט מעריב אינעם ביהמ"ד קהל חסידים און דערנאך אריבער צום אכסניא אין שטוב פון הרה"ג רבי ישעי' שלאמאוויטש שליט"א בעמח"ס אבני שהם, וועלכער האט געדינט אלס דער קביעות'דיגע בעל האכסניא פארן פאטער דער רבי זצ"ל.


מיטוואך פארמיטאג האט דער רבי באזוכט ביים מרא דאתרא הגאון הגדול גאב"ד אנטווערפן שליט''א, וואו מען האט א לענגערע צייט פארברענגט שמועסנדיג זכרונות פון די באזוכן פונעם רבי'ן זצ"ל אין אנטווערפן, שפעטער האט דער רבי באזוכט ביי הגה"צ רבי מאיר וויינבערגער שליט"א, מו''ץ סאטמאר אנטווערפען, וועלכער האט איבערגעגעבן פארן רבין זיין נייעם ספר וואס איז לעצטנס ארויס פון דרוק.


אין די נאכמיטאג שעה'ן, איז פארגעקומען קבלת קהל אין די אכסניא, וואו פילע חסידים, מעריצים און תושבי העיר האבן געהאט די געלעגענהייט אריינצוגיין בקודש פנימה, שלום צו נעמען. נאך די זמני כניסה האט מען געדאווענט מנחה, און דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת קבלת פנים מיט די השתתפות פון א גרויסן עולם, וואו דער רבי שליט"א האט משמיע געווען לענגערע דברי חיזוק והתעוררות.


דערנאך איז דער רבי שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, ואוו מען האט ארומגעשמועסט איבער דעם רבינ'ס נסיעה קומענדיגע וואך אין די ניין טעג קיין בישטינא, און זכרונות פון די באקאנטע נסיעה פון הרה"ק רבי צבי הירש מקרעטשניף זצ"ל צו הרה"ק רבי יענקעלע מפשעווארסק זי"ע. נאכן באזוך האט דער פשעווארסרער רבי ארויסבאגלייט דעם רבי'ן ביותרת הכבוד.


דאנערשטאג צופרי האט דער רבי שליט''א געדאווענט תפילת שחרית בהיכל ישיבת "תורות חיים", בראשות הרה"צ רבי ישכר לייפער שליט"א זון פון האדמו"ר מפרימשלאן אנטווערפען. דער רבי האט געדאווענט א התלהבות'דיגן דאווענען אינאיינעם מיט די בחורים, און עולה געווען שלישי, וואו דער רבי האט געבענטשט גומל.


נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים וואו דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש מלא חיזוק והדרכה בדרכי החסידות.


שפעטער איז דער רבי ארויף אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מצאנז זמיגראד שליט"א, און דערנאך ביי הגאון רבי עמרם העניג שליט"א דומ''ץ מחזיקי הדת.


במשך דעם אוונט איז געווען זמני כניסה, וואו פילע תושבי העיר זענען אריין לעצה, ברכה ותושיע.


פרייטאג אינדערפרי האט דער רבי געדאווענט שחרית אין די סאטמארער ישיבה אין שטאט. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מעמד "לחיים", און אויפ'ן פארלאנג פונעם מנהל הישיבה האט דער רבי גערעדט פאר די בחורים, און זיי מחזק געווען אויסצונוצן די ימי הבחרות מיט התמדה אין תורה און עבודת ה'.

דערנאך איז דער רבי ארויף אויף א באזוך ביי מחותנו, הגה"צ רבי נפתלי אלימלך רייך שליט"א, אב"ד בית משה אהרן. שפעטער האט דער רבי באזוכט ביי הגה"צ רבי פנחס לייבוש פאדווא גאב"ד ק"ק שומרי הדת אנטווערפן.


אויף שבת האט דער רבי געהאט די אכסניא אין שטוב פון הרבני הנגיד רבי חיים יצחק שווארץ שליט"א, בשכינות פונעם זאל וואס איז ספעציעל ארויסגעדונגען געווארן פאר'ן שבת.

ליל שבת כחצות הלילה איז דער רבי אריינגעקומען צום טיש אנגעהויבן פון "שלום עליכם", און במשך שעות ארוכות האט מען געזונגען די זמירות שבת און ניגוני דביקות, ווען אינצווישן האט דער רבי האט משמיע געווען דברי תורה ויראה, דער טיש האט זיך געשלאסן מיטן "ואני בעודי" ריקוד מיט'ן באקאנטן קרעטשניפער פייער.


שבת אינדערפרי האט דער רבי געדאווענט שחרית פאר'ן עמוד, בהתלהבות ובהשתפכות הנפש מיט'ן קרעטשניפער נוסח.


נאכן דאווענען איז פארגעקומען א קידושא רבא ברוב עם, ביי וועלכן דער רבי האט געזאגט דעם "כתר תורה" כנהוג.


די סעודת היום איז אפגעראכטן געווארן אין שטוב פון הרה"ח רבי יואל משה אפטער שליט"א אינאיינעם מיט די פילע געסט וואס זענען געקומען צופארן אויף שבת. דער טיש האט זיך פארצויגן נאענט צו פיר שעה, און דער רבי האט עטליכע משמיע געווען שיחות קודש, באגלייט מיט הדרכות ישרות פאר די ימי הקיץ.


שפעטער איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה, נאכגעפאלגט מיט שלש סעודות בעידן רעוא דרעוין.


מוצאי שבת שפעט ביינאכט האט זיך דער רבי געוואשן צום מלוה מלכה אין שטוב פון הרה"ח רבי ניסן חיים ראטה שליט"א שו"ב, מחשובי חסידי קרעטשניף סיגעט. מען האט געזונגען זמירות מוצאי שבת ווי איעדע וואך, און דער רבי האט דערציילט סיפורי צדיקים לרגל די יארצייטן פון די וואך, בפרט פונעם זיידן הרה''ק בעל ה"ישמח משה" זי"ע.


נאכן מלוה מלכה איז דער רבי צוריק צו זיין אכסניא אין שטוב פון הנגיד רבי מאיר דאוויד שליט"א, בעל האכסניא פון אדמור"י בית קרעטשניף.


דורכאויס זונטאג איז דער רבי ארויף צו עטליכע נדיבים בעם לטובת די מוסדות, און שפעטער איז דער רבי ארויף באזוכן ביי הגאון רבי זעקל פאללאק שליט"א, דומ''ץ מחזיקי הדת.

אין אוונט איז געווען זמני כניסה, און שפעטער ביינאכט האט דער רבי זיך באטייליגט ביי די שמחת בר מצוה בחצר הקודש פשעווארסק, וואו דער רבי איז אויפגענומען געווארן מיט גרויס כבוד דורך כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א.



מאנטאג איבערן טאג איז כ"ק אדמו"ר מצאנז זמיגראד שליט"א אנגעקומען אויף א גומלין אין דער אכסניא פונעם רבי'ן. דערנאך איז דער רבי געגאנגען באזוכן ביי די רבני העיר, הגה"צ רבי חיים יוסף דוד ווייס דומ"ץ סאטמאר אנטווערפען, כ"ק אדמו"ר משאץ אנטווערפען שליט"א און כ"ק אדמו"ר מפרעמישלאן אנטווערפען שליט"א.


אין אווענט האט דער רבי באזוכט אין שטוב פון מקורבו הרה"ח רבי ברוך יצחק דאוויד הי"ו, אלס הכרת הטוב פאר זיין איבערגעגעבנקייט להצלחת הנסיעה.


דינסטאג האט דער רבי געדאוונט שחרית אין תלמוד תורה סאטמאר אין אנטווערפן. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחייפ, ביי וועלכן דער רבי האט משמיע געווען ווארעמע דברי חיזוק פאר די תלמידים און מחנכים.


אין די אוונט שעות איז פארגעקומען אינעם אכסניא דער מעמד "צאתכם לשלום" לכבודו פונעם רבי'ן, אינאיינעם מיט א מסיבה של מצוה לטובת מוסדותיו, מיט די השתתפות פון פילע רבנים חשובים און נכבדי העיר, וועלכע האבן זיך אנגערופן מיט סכומים הגונים.


דורכאויס די מעמד איז געווען א געלעגנהייט איבערצוגעבן קוויטלעך, וואס דער רבי האט מיטגענומען אויף די נסיעה קיין בישטינא צום ציון הק' פונעם זיידן הרה''ק רבי מרדכי'לע מנדבורנא זי"ע אין די ימים המסוגלים פון די ניין טעג.


מיטוואך – ראש חודש מנחם אב האט דער רבי געדאוונט תפלת שחרית בבית מדרשו פון זיין מחותן הרה"צ רבי נפתלי אלימלך רייך שליט"א, אבד"ק בית אהרן משה אנטווערפן.


דערנאך איז דער רבי אנגעקומען אין ישיבת חדוות התורה, וואו ער איז אויפגענומען געווארן מיט גרויס התרגשות דורך די רבנן ותלמידיהון. דער רבי האט קובע געווען א מזוזה ביים אריינגאנג צום נייעם היכל הישיבה, אפגעראכטן א מעמד לחיים, און משמיע געווען דברי חיזוק וברכה פאר די בחורי חמד.


שפעטער האט דער רבי זיך געוואשן צום סעודת ראש חודש, וואס איז אפגעראכטן געווארן אינעם אכסניא ברוב פאר והדר. במשך דער סעודה האט דער רבי איבערגעגעבן זיין ספר "נהרי הלכה" אלס אות הוקרה והערכה פארן בעל האכסניא הרה"ח רבי מאיר דאוויד שליט"א, וועמענ'ס שטוב איז במשך די טעג פונעם באזוך געווען א תל תלפיות, וואו הונדערטער תושבי העיר האבן געשטראמט נהנה צו זיין עצה ותושי'.


אין די אוונט שעות האט דער רבי זיך ארויסגעלאזט צום לופטפעלד, פון וואו דער רבי האט ווייטער ממשיך געווען די נסיעה צום עיר האבות בישטינא, און צום געהויבענעם שבת קודש וואס דער רבי וועט פראווען דעם שבת באתרא קדישא ליזענסק.



bottom of page