ק"ק בעלזא אין אנטווערפן לעבט מיט געהויבענע טעג בצל הרה"ג רבי חיים מאיר רוקח שליט"א נכד האד' מבעלזא
- לפני 26 דקות
- זמן קריאה 1 דקות
מיטוואך פ' דברים • א' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

חסידי בעלזא אין שטאט אנטווערפען האבן מיטגעהאלטן א פולע וואך מלא חיזוק, ביים באזוך פון הרה"ג רבי חיים מאיר רוקח שליט"א, אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, וועלכער איז אנגעקומען צוגאסט איו שטאט מחזק צו זיין די קהילה און זיך אומקוקן פון דער נאענט אויף די הרחבת גבולי הקדושה אנטוויקלונגען אין די בתי מדרשים און מוסדות התורה והחינוך דחסידי בעלזא.
ביים אנקומען אין שטאט האט הרב חיים מאיר ערשט באזוכט די רבני העיר, ובראשם דער מרא דאתרא הגאון הגדול גאב"ד אנטווערפען שליט"א. שפעטער האט ער באזוכט ביי הגה"צ רבי פינחס לייביש פאדווא שליט"א, גאב"ד קהילת שומרי הדת, ווי אויך ביי שאר בשרו כ"ק אדמו"ר מדעעש אנטווערפען שליט"א און ביי די דייני קהילת בעלזא.
דורכאויס די טעג פונעם באזוך האט ער באזוכט אלע פיר בתי מדרשים דחסידי בעלזא אין שטאט, און באשיינט א רייע מעמדים און אסיפות לחיזוק הקהילה והמוסדות.
יעדן טאג איז ער אריבער אין אן אנדער מוסד, אנגעהויבן אין דעם תלמוד תורה, וואו ער האט זיך ארומגעדרייט צווישן די כיתות און זיך אינטערעסירט אין דער הצלחה פון די תלמידים. אזוי אויך האט ער באזוכט די ישיבה קטנה און ביי די כוללים, וואו עס איז פארגעקומען א באזונדערער כינוס חיזוק פאר די אינגעלייט, ביי וועלכן ער האט משמיע געווען ווארעמע דברי חיזוק.
דער הויכפונקט פונעם באזוך איז געווען דער געהויבענער שבת קודש, וואס דער גאסט האט געפראוועט ברוב עם הדרת מלך אינאיינעם מיט די בני הקהילה, איבערלאזנדיג א טיפן רושם אויף כל קהלא קדישא.








































