top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שאלו שלום ירושלים: האד' מצאנז זוועהיל איז מתפלל ביי די מקומות הקדושים אין ארה"ק

  • לפני 34 דקות
  • זמן קריאה 3 דקות

מיטוואך פ' דברים • א' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN

דורכאויס דעם באזוך פון כ''ק האדמו''ר מצאנז זוועהיל שליט"א אין ארץ ישראל, לכבוד די חתונה פון אן אייניקל, האט דער רבי שליט"א אויסגענוצט די געלעגנהייט מתפלל צו זיין ביי די מקומות הקדושים.דאנערשטאג חוקת בלק האט דער רבי זיך משתטח געווען אויף די ציונים הקדושים אין גליל און מעתיר זיין בבקשות ותחנונים על הכלל ועל הפרט. די דברי התעוררות ביי די ציונים הקדושים, די תהלים בהשתפכות הנפש, און די בקשות ותחנונים איז געווען א חטיבא אחת פון התעוררות.


שחרית האט מען געדאוונט ברוב עם אין עיר הקודש טבריה ביים ציון פונעם התנא רבי מאיר בעל הנס, נאכגעפאלגט מיטן עלי' לציון הק'.


דערנאך איז מען ארויף צום ציון פונעם הייליגן רמב"ם, וואו מען האט געזונגען דעם "אני מאמין שזאת התורה לא תהא מחולפת", יסודתו פונעם הייליגן רמב"ם. די רבי האט משמיע געווען דברי כיבושין, און באזונדער אינזינען געהאט תלמידי ישבה"ק אהל שלמה, וואס האבן מיטגעהאלטן די נסיעה, אז מען זאל זוכה זיין לאסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא בדרכו פונעם הייליגן רמב"ם.


דערנאך איז מען געגאנגען צום של"ה הק', און געזאגט די תפילת השל"ה, ווי אויך אויפ'ן איר אלטן בית החיים אין טבריה ביי די תלמידי בעל שם, וואו די רבי האט משמיע געווען עטליכע מאל דברות קודש.


דערנאך איז מען געפארן קיין אתרא קדישא מירון צום ציון המצוינת פונעם התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי, וואו מען האט געדאוונט מנחה, און דערנאך געזאגט ספר ראשון פון תהלים און "יהי רצון" מיט גרויס התעוררות.


פון דארט איז מען געפארן קיין עיר הקודש צפת, צום אלטן בית החיים, וואו די רבי און די פמליא האבן פוקד געווען די ציונים הקדושים פונעם אר"י הקדוש, בית יוסף, בת עין, באר מים חיים, און דעם הייליגן טאלטשאווער רב זי''ע.


דערנאך איז געווען א קורצע הפסקה, ווען די רבי איז ארויפגעגאנגען באזוכן זיין שטיף מאמע לאורך ימים ושנים.


תפילת מעריב האט די רבי געדאוונט אין די צאנזער קלויז אין אלט-שטאט צפת. נאך מעריב האט די רבי אפגעראכטן א לחיים-טיש אין בית המדרש, בהשתתפות א גרויסן עולם, וואו די רבי האט משמיע געווען דברות קודש און געזינגען עטליכע ניגוני התעוררות.


זונטאג פנחס נאכן פראווענען שבת אין קרית צאנז, איז די רבי און די פמליא געפארן קיין ירושלים עיר הקודש, צום ערשט איז מען צוגעפארן צום שריד בית מקדישינו כותל המערבי, וואו דער רבי האט משמיע געווען דברי כיבושין און מען האט געדאווענט מנחה.


נאכן מנחה האט מען געזאגט תהלים און יהי רצון און די רבי האט געליינט קוויטלעך מיט גרויס בכיות, בעת מען האט געזינגען ניגוני ציפייה לגאולה.


פון דארט איז מען צוגעפארן צום הר הזיתים שם חלקת מחוקק מקום מנוחת קדשו פונעם שוואגער כ"ק אדמו"ר מצאנז זוועהיל זצ"ל, ביים אנקומען האט די רבי געצינדן ליכט ביים ציון הקדוש און מהאט געזאגט פרקי תהילים מיט די אותיות פונעם רבינס נאמען און די אותיות פון נשמה. דערנאך האט די רבי משמיע געווען דברי התעוררות  און בתוך הדברים געבעטן אז די שוואגער די רבי זאל מעורר רחמים זיין אז די הייליגע המשכה זאל ווייטער אנגיין, און זיין א מליץ יושר פאר אלע טוען פאר זיינע מוסדות און זענען ממשיך זיין הייליגע ירושה.


דערנאך האט די רבי זיך משתטח געווען אויפן ציון הקדוש, און מעתיר געווען על הכלל ועל הפרט. נאכן עלייה לציון איז די רבי צוגעגאנגן צו די ציונים הקדושים פון הרה"ק ר' שלמ'קה זי"ע, און הרה"ק ר' מרדכי מזוועהיל זי"ע. פון דארט איז מען געפארן צום קבר רחל אויף א מעמד תפילת רבים.



bottom of page